וויסקאנסין – פאליציי האבן געשריבן א טיקעט פאר א פארשוין אין מארשפיעלד, וויסקאנסין, נאכדעם וואס יענער האט זיך געגעבן א קלוגע עצה ביים זיך טרעפן פלוצלינג איינגעשפארט אין א פריזשידער...

דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער פארשוין איז אריינגעקומען אין אן עסנווארג געשעפט און געוואלט קויפן עטליכע פלעשער ביר, און ביים אריינגיין אינעם גרויסן פריזשידער וואו די ביר ליגט, האט יענער זיך פלוצלינג געטראפן אויסגעשפארט, אבער ער האט זיך באלד געמאכט באקוועם, זיך געזעצט אויף דער פאדלאגע און געעפנט איין פלעשל נאכ'ן צווייטן. די געשעפט מענעדזשערס האבן זיך ערשט דערוואוסט פון דער גאנצער זאך נאכדעם וואס יענער איז שוין געווען ארויסגעקומען פונעם פריזשידער, ווען א קאסטומער האט עס געעפנט דעם אנדערן אינדערפרי, אבער אנשטאט זיך פרייען אז יענער איז נישט אויסגעגאנגען אין זייער פריזשידער, האבן זיי אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן גאנץ שנעל געטראפן דעם פארפרוירענעם אנטלאפענעם שיכור...

עס שטעלט זיך ארויס אז דער פריזשידער איז בכלל נישט געווען פארשפארט און יענער וואלט גרינג געקענט ארויסקומען.

בילד: ווען א שיכור ווערט "אויסגעשפארט" אין פריזשידער...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל