וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג, אונטער פרעזידענט טראמפ, פלאנירט איינצושרימפן עטליכע פון די עקזיסטירנדע נאציאנאלע פארקס איבער'ן לאנד, מיט'ן ציל צו ערלויבן פאר פארשידענע גראבונגען און אנדערע ארבעט אויף די ערטער. דער רעפובליקאנער יוטא סענאטאר, אורין העטש, זאגט אז פרעזידענט טראמפ האט אים פערזענליך געזאגט אז ער פלאנירט איינצוצוימען די גרעניצן פון "בעיר עירס" און פון "גרענד סטעירקעיס עסקאלאנטעי", וואס ביידע געפינען זיך אין יוטא, און אנשטאט וועט די פעדעראלע רעגירונג ערלויבן פריוואטע פירמעס אפצוקויפן די ריזיגע טעריטאריעס און עס נוצן פאר אינדוסטריעלע געברויכן, אריינגערעכנט גראבן פאר מעגליכע אויל און אנדערע ווערדפולע מינעראלן און אונטערערדישע נאטורליכע אוצרות. די "גרענד סטעירקעיס" פארק מאנומענט איז באשטימט געווארן דורך פרעזידענט קלינטאן אין יאר 996' און די "בעיר עירס" איז באשטימט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא אין דעצעמבער יאר 16', וואס פרעזידענט טראמפ האט אין לויף פונעם קאמפיין טאקע פארשפראכן צוריקצודרייען דעם זייגער אויף די פארק מאנומענטן וועלכע שטערן פריוואטע ביזנעס פון גאלדענע געלעגנהייטן, בלויז צופרידנצושטעלן ענווייראמענטאליסטן וועלכע ווילן האבן מער פארקס.

בילד: נאציאנאלע פארקס וועלן איינגעשרימפן ווערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל