וואשינגטאן – אמעריקאנער בירגער וועלכע פארמאגן אויך בירגערשאפט אין קובא, אדער קרובים אין קובא, וועלן קענען גרינגער פארן אהין באזוכן. דאס קומט נאך א באשלוס פון דעם קובאנער אויסערן מיניסטעריום, וועלכע האט געזאגט אז קובאנער-אמעריקאנער וועלן נישט אויסשטיין די זעלבע ערנסטע זיכערהייט מאסנאמען און קאסטומס פראצעדורן ווי געווענליכע אמעריקאנער וועלכע קומען באזוכן אין קובא. קובא'ס אויסערן מיניסטער ברונא ראדריגעז האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז דאס קומט אין א צייט וואס אמעריקע טוט איינצוימען אירע באציאונגען מיט קובא, צוליב די מיסטעריעזע "סאניק" אטאקעס אויף אמעריקאנער דיפלאמאטן, און ראדריגעז זאגט אז אין א צייט וואס אמעריקע פארמאכט זיך, טוט קובא זיך מער עפענען. באזונדער האט מען נעכטן געהערט א שארפע סטעיטמענט פון דער קובאנער רעגירונג, אין וועלכע זיי לייקענען אז זיי האבן געהאט סיי וועלכע ראלע אין די מיסטעריעזע הער-קראפט פארלוסט אטאקעס אויף אמעריקאנער דיפלאמאטן.

בילד: קובאנער-אמעריקאנער טראוועל פארגרינגערט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל