וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג באטראכטן עטליכע פלענער צוצושטעלן האוזינג פאר אזעלכע פארטא ריקאנער איינוואוינער וואס האבן פארלוירן זייערע הייזער ביים היסטארישן האריקעין מאריא, און איינס פון די פלענער זענען, אז מען וועט אריבערברענגען די היימלאזע פונעם אמעריקאנער טעריטאריע צו אמעריקאנער סטעיטס און זיי צושטעלן נייע האוזינג. אין ליכט פונעם האריקעין האבן צענדליגער טויזנטער פארטא ריקאנער שוין סייווי פארלאזט דעם טעריטאריע און אריבערגעקומען צו סטעיטס, אריינגערעכנט טויזנטער קיין ניו יארק און אזויפיל ווי אכציג טויזנט קיין פלארידע, אבער דער יעצטיגער פלאן איז אפיציעל איבערצופלאנצן טויזנטער פארטא ריקאנער איינוואוינער אין עטליכע סטעיטס, זיי צוצושטעלן נייע האוזינג, וואס דאס איז א זאך וואס די פעדעראלע האוזינג דעפארטמענט און די פעדעראלע עמורדזשענסי מענעדזשמענט דעפארטמענט טוען אייביג נאך א האריקעין אדער סיי וועלכע ערנסטע קאטאסטראפע, צוצושטעלן האוזינג פאר געליטענע.

בילד: פלאן איבערצופלאנצן פארטא ריקאנער אין סטעיטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל