קאליפארניע – די פאפולערע סאציאלע מידיא פלאטפארמע "טוויטער", האט סוספענדירט די אקאונט פון ראדזשער סטאון, דער באקאנטער פאליטישער פיגור וועלכע האט געדינט אלס אומאפיציעלער ראטגעבער פאר דאנאלד טראמפ אין לויף פונעם קאמפיין. סטאון איז איינער פון די טראמפ קאמפיין פיגורן וואס מען קלערט אז זיי זענען אונטער'ן אויספארשונג פונעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, וויבאלד אין לויף פונעם קאמפיין פלעגט סטאון נאכאנאנד ארויסשיקן מעסעדזשעס אז "אט גייט הילערי זיין פארטיג", יעדעס מאל אפאר שעה איידער וויקיליעקס האט פובליצירט פרישע רוסיש-געהעקטע אימעילס פון פרוי קלינטאן, און דעריבער ווערט באשולדיגט אז סטאון האט קאאפערירט מיט וויקיליעקס און מעגליך מיט רוסישע אגענטן.

ווען עס איז געבראכן געווארן די נייעס אז עס זענען געפיילט געווארן די ערשטע קרימינאלע קלאגעס אין מוללער'ס אויספארשונג, האט סטאון רעאגירט גאר ווילד, שרייבנדיג עטליכע מעסעדזשעס אויף טוויטער מיט שארפע סטראשונקעס קעגן עטליכע סי-ען-ען זשורנאליסטן, וואס טוויטער האט געזאגט אז סטאון'ס מעסעדזשעס האבן פארלעצט אירע רעגולאציעס און דעריבער האבן זיי סוספענדירט זיין אקאונט. סטאון זאגט אז ער גייט קלאגן טוויטער אין געריכט.

בילד: טוויטער ווארפט אראפ טראמפ פריינט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל