פארטא ריקא – נעכטן האט מען געהערט פון דער פירערשאפט פון "פארטא ריקא עלעקטעריק", די הויפט פירמע וואס שטעלט צו עלעקטעריציטעט פאר דער אמעריקאנער טעריטאריע, אז דער קאנטראקט מיט דער "ווייטפיש ענערדזשי" פירמע וועט אפגעשאפן ווערן. אין די טעג נאכדעם וואס האריקעין מאריא האט געברענגט כאאס און דעסטרוקציע אויף פארטא ריקא, האט די טראמפ אדמיניסטראציע געשלאסן א קאנטראקט מיט דער "ווייטפיש ענערדזשי" פירמע פאר 300 מיליאן דאלאר, צו העלפן צוריקשטעלן די חרוב'ע עלעקטעריק-סיסטעמען אין פארטא ריקא, אבער עס האט זיך דאן ארויסגעשטעלט אז די פירמע פארמאגט בלויז 2 איינגעשטעלטע און איז בכלל נישט פאסיג צו טאן דעם מאסיוון דזשאב, און זיי האבן בלויז באקומען דעם קאנטראקט צוליב זייער פריינטשאפט און נאענטשאפט מיט הויכראנגיקע טראמפ קאבינעט באאמטע. די פירמע און די טראמפ אדמיניסטראציע טוען ביידע לייקענען די באשולדיגונגען, אבער דער פארטא ריקא גאווערנאר ריקארדא ראסעלא האט נעכטן געזאגט אז וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין, האט ער די לעגאלע מאכט אפצושאפן דעם קאנטראקט, און דער קאנטראקט איז טאקע בטל געווארן. דערווייל האט מען נישט געהערט קיין אנטווארט פון דער טראמפ אדמיניסטראציע.

בילד: טראמפ פארטא ריקא קאנטראקט אפגעשאפן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל