ניו יארק – א שטורעם איז אנטשטאנען ווען עטליכע קאסטומערס האבן באמערקט אז א פאפולערע קינדער קליידער געשעפט פארקויפט קליידונג, וועלכע ענדלט שטארק צו די קליידונג וואס קליינע אידישע אינגלעך און מיידלעך זענען געווען געצוואונגען אנצוטאן אין די נאצישע געטאס און לאגערן ביים צווייטן וועלט קריג. די רעדע איז פון דעם באקאנטן "דזשימבארי" קליידונג געשעפט, וואס קאסטומערס האבן געזען אין זייער אנליין געשעפט א קינדער קלייד וואס פארמאגט די שווארצע און ווייסע שטרייפן, ענליך צו די לאגער קליידונג, און דערצו א זעקס-עקיגע שטערן לאטע אויבן, אויך גאר ענליך צום געלן לאטע וואס די נאציס האבן געצוואונגען יעדן איד אנצוטאן. בילדער פונעם קלייד איז שנעל פארשפרייט געווארן, ברענגענדיג שארפע רעאקציעס פון פילע קאסטומערס, און אפאר שעה שפעטער, ווען אנדערע האבן געוואלט נאכזוכן דעם קלייד, האט מען געזען אז ס'איז מער נישט געווען געהעריג ארויסגעשטעלט צום פארקויפן, ווייל ווי ס'זעט אויס, האט "דזשימבארי" איינגעזען זייער טעות און באשלאסן אראפצונעמען דעם קלייד פון פארקויף.

בילד: קינדער-קליידער געשעפט פארקויפט "נאצי" קלייד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל