ווארשא – אין די יעצטיגע טעג הערט מען שטארקע קריטיק קעגן דער פוילישער רעגירונג, פון אזעלכע וואס זאגן אז דאס נייע געזעץ וואס די פוילישע רעגירונג באטראכט דורכצופירן איבער רעסטיטוציע געלטער פאר האלאקאוסט איבערלעבער, וועט דיסקרימינירן קעגן די איבערלעבער און זייערע יורשים. פוילן איז ביז היינט געווען די איינציגסטע גרויסע אייראפעאישע לאנד נישט צו האבן קיין סיסטעם צוריקצוגעבן אידישע פראפערטיס וואס זענען פארכאפט געווארן אין לויף פון די קריגס יארן, און יעצט גרייט זיך די פוילישע פארלאמענט צו באשטעטיגן אזא געזעץ. קריטיקירער פונעם געזעץ פארשלאג ברענגן אבער ארויס, אז עס וועט זיין אויסגעשטעלט אויף אזא וועג, אז רוב געליטענע וועלן נישט קענען געניסן דערפון, ווייל עס פארלאנגט אז דער וואס וויל באקומען געלטער פאר זיינע פארכאפטע פראפערטיס, זאל זיין יעצט א פוילישער בירגער, און רוב פוילישע האלאקאוסט איבערלעבער זענען נישט צוריקגעגאנגען קיין פוילן און האבן נישט יעצט קיין פוילישע בירגערשאפט.

בילד: פוילן רעסטיטוציע געזעץ פארשלאג קריטיקירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל