לאנדאן – אייסיס טעראריסטן האבן ארויסגעלאזט א פרישע סטראשע קעגן ענגלאנד, זאגנדיג אז זיי וועלן אנהייבן א סעריע טעראר אטאקעס אין ענגלאנד, פון וועלכע "אפילו די קעניגליכע פאמיליע וועט נישט ארויסגעלאזט ווערן", און אינאיינעם מיט די סטראשע-ווערטער איז מיטגעקומען א בילד פון פרינץ דזשארדזש, דאס קליינע קינד פון פרינץ וויליאם, א זוהן פון פרינץ דזשארדזש און אייניקל פון קעניגין עליזאבעט. דאס בילד פונעם קליינעם 4 יעריגן פרינץ איז וויאזוי ער שטייט פארנט פון זיין שולע אין בעטערסיע, דרום לאנדאן, און דערנעבן איז געשטאנען צוגעשריבן דער אדרעס פון דער שולע, ווי אן איינלאדענונג פאר דזשיהאדיסטן צו גיין צו דער שולע און צילן דעם פרינץ.

די בריטישע פאליציי קוועלער זאגן אז די סטראשע איז אויפגעכאפט געווארן אויף דער טעלעגראם סאציאלער מידיא פלאטפארמע, וועלכע ווערט שטארק באנוצט דורך טויזנטער דזשיהאדיסטן איבער דער וועלט, צוליב וואס ס'איז אויסגעשטעלט אז די אויטאריטעטן קענען נישט אויפכאפן עכטע אידענטיטעטן פון די וועלכע שרייבן דארטן. די פאליציי זאגט אז זיי נעמען זייער ערנסט די סטראשע קעגן דער מלוכה פאמיליע.

בילד: אייסיס סטראשעט בריטישע מלוכה פאמיליע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל