טעהראן – איראן וועט ווייטער אנהאלטן מיט'ן פראדוצירן מיסילס וואס זי דארף האבן פאר איר פארטיידיגונג, און די איראנער רעגירונג האלט נישט אז די מיסיל פראדוקציע איז א פארלעצונג פון דעם אינטערנאציאנאלן נוקלעארן דיעל. די דעקלעראציע איז געקומען פונעם איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני, וועלכער האט געגעבן א רעדע אין רעאקציע צו דעם וואס דער אמעריקאנער קאנגרעס האט געשטימט פאר נייע סאנקציעס קעגן איראן'ס מיסיל פראדוקציע. רוכאני וועט זיך אויך טרעפן פאר א פרישע זיצונג מיט'ן פירער פון דער יו-ען נוקלעארער "וואטש-דאג" גרופע, יוקיא אמאנאו, וועלכער האט פונדאסניי באשטעטיגט אז איראן האלט זיך צו אלע פונקטן פונעם נוקלעארן אפמאך. א ווארטזאגער פאר דער איראנער רעגירונג האט געזאגט אז אמאנאו האט נישט געהאט קיין שום פרישע פארלאנגען פון רוכאני, טראץ וואס דער אמעריקאנער יו-ען אמבאסאדאר ניקי העילי האט מיט עטליכע טעג צוריק געשיקט א ביטע צו אמאנאו, אז ווען ער טרעפט זיך מיט רוכאני, זאל ער לייגן דרוק אז די איראנער רעגירונג זאל געבן מער צוטריט פאר די יו-ען אינספעקטארס צו אירע אלגעמיינע מיליטערישע באזעס.

בילד: רוכאני: איראן וועט ווייטער פראדוצירן מיסילס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל