קירקוק – דער פירער פון די קורדן אין איראק, מאסוד בארזאני, האט נעכטן אפיציעל געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן פון זיין פאזיציע אום נאוועמבער 1, וואס דאס קומט נאכדעם וואס ער האט אנגעפירט מיט א היסטארישן רעפערענדום דורך וועלכע א מערהייט קורדן האבן געשטימט אז זיי ווילן גרינדן א זעלבסטשטענדיג לאנד, אפגעטיילט פון איראק.

דער רעפערענדום האט געברענגט א שארפע רעאקציע פון דער צענטראלער איראקער רעגירונג, אריינגערעכנט דאס וואס דאס איראקער מיליטער האט פארכאפט קאנטראל פון דער אויל-רייכער קורדישער שטאט קירקוק, און אלס רעזולטאט פונעם אנגייענדיגן קריזיס, האט בארזאני געמאלדן אז ער וועט אפטרעטן פון אמט, וואס דערמיט קומט צו אן ענדע זיין פירערשאפט וואס האט זיך אנגעהויבן אין 05' ווען די "קורדישע ראיאנעלע רעגירונג" איז צום ערשטן מאל געגרינדעט געווארן.

אין זיין רעדע ביים מעלדן אז ער טרעט אפ, האט בארזאני גאר שארף אראפגעריסן די אמעריקאנער רעגירונג, זאגנדיג אז אמעריקע פלעגט ביז היינט שטיצן די קורדן, און יעצט האט אמעריקע פארגעסן פון די קורדן.

בילד: איראק-קורדישער פירער בארזאני רעזיגנירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל