וואשינגטאן – פילע רעפובליקאנער פאליטישאנס און קאנסערוואטיווע קאמענטאטארן האבן אנגעהויבן א נייעם קאמפיין, צו פארלאנגען אז ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט אן מיט דער אויספארשונג צי דער טראמפ קאמפיין האט אומלעגאל קאאפערירט מיט דער רוסישער רעגירונג אין לויף פונעם וואל קאמפיין, זאל זאפארט רעזיגנירן פון אמט.

די רעפובליקאנער צייגן אן אויפ'ן פאקט אז מוללער איז נאענט מיט פילע דעמאקראטן און מיט'ן טראמפ-אויפגעזאגטן עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, און דעריבער קען ער נישט יושר'דיג אנפירן זיין אויספארשונג. אויך טוען די אנטי-מוללער קריטיקירער אנצייגן, אז מוללער איגנארירט אלע באשולדיגונגען אז פרוי קלינטאן איז גאר די וועלכע האט קאנפערירט מיט די רוסן, און דעריבער מוז ער רעזיגנירן, ווייל ער טוט נישט זיין דזשאב אויפריכטיג.

דער קאמפיין אונטערצורייסן מוללער'ס נאמען און סטאטוס, קומט אין דער זעלבער צייט וואס מען האט געהערט אז די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג האט זיך גאר שטארק פאראויסגערוקט און עס איז דערווארט די שטארקע מעגליכקייט אז היינט מאנטאג וועט דורכגעפירט ווערן דער סאמע ערשטער ארעסט אין פארבינדונג מיט דער אויספארשונג. דעמאקראטן זאגן אז די רעפובליקאנער זענען פשוט נערוועז, און דעריבער אטאקירן זיי מוללער.

אפדעיט: פאול מענעפארט און זיין געהילף זענען היינט צופרי ארעסטירט געווארן, ווען זיי האבן זיך אונטערגעגעבן צו די עף.בי.איי.

בילד: רעפובליקאנער: ראבערט מוללער מוז רעזיגנירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל