אין שפאניע, קומען פאר מאסיווע פראטעסטן אינעם קאטאלאניע ראיאן, וואו א מערהייט פון די ארטיגע איינוואוינער האבן געשטימט זיך אפצורייסן פון שפאניע און זיך דערקלערן אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד. דער קאטאלאניער פירער איז ארויסגעקומען און אפיציעל דערקלערט קאטאלאניע אלס אן אייגן לאנד, אלס רעזולטאט פונעם רעפערענדום, אבער ער האט געזאגט אז ער סוספענדירט די זעלבסטשטענדיגקייט פראצעדורן, וויבאלד די צענטראלע שפאנישע רעגירונג וויל זיך זעצן פאר געשפרעכן. שפאניע סטראשעט מיט'ן ערגסטן קעגן קאטאלאניע, פאר'ן אפהאלטן דעם רעפערענדום קעגן איר ווילן.

בילד: צושטאנד אין קאטאלאניע פארערגערט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל