די שרעק מיט צפון קארעא האלט ווייטער אן, און מען האט געהערט אז סאטעליט בילדער צייגן וויאזוי דאס ארטיגע מיליטער רוקט ארום מיסיל טיילן, וואס ברענגט א זארג אז זיי גרייטן זיך פאר א פרישן מיסיל טעסט, הארט בעפאר אמעריקע וועט דורכפירן מיליטערישע איבונגען אין די וואסערן נישט ווייט פון צפון קארעא. אין אנדערע צפון קארעא נייעס, האט מען געהערט חול המועד, אז העקערס, וועלכע ארבעטן פאר דעם רעזשים, האבן באוויזן מיט א צייט צוריק ארויסצודערשנאפן האקעלע מיליטערישע פיילס פון דרום קארעא'ס קאמפיוטערס.

בילד: אינטערנאַציאָנאַלע אנגעצויגענקייט מיט צפון קארעא האלט אהן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל