א פרישע דיפלאמאטישע געפעכט האט אויסגעבראכן צווישן טערקיי און אמעריקע, נאכדעם וואס די טערקישע רעגירונג האט ארעסטירט אן איינגעשטעלטן אין דעם אמעריקאנער קאנסולאט אין איסטאנבול. טערקיי זאגט אז דער אמעריקאנער גלח ענדרו ברונסאן איז ארעסטירט געווארן, וויבאלד ער ווערט פארדעכטיגט אין שפילן א ראלע אינעם דורכגעפאלענעם פוטש קעגן פרעזידענט ערדואן. אלס רעזולטאט פון דעם ארעסט, האט אמעריקע אפגעהאקט טיילווייזע באציאונגען מיט טערקיי, און טערקיי האט געטאן דאס זעלביגע.

הוסף רשומת תגובה