שר וגדול נפל בישראל: דעם יו"ט סוכות, ד' דחוה"מ, האט כלל ישראל פארלוירן איינען פון אירע שענסטע און בעסטע גדולים ותלמידי חכמים, מיט'ן הסתלקות פון כ"ק הגאון הצדיק המפורסם רבי יואל מארגענשטערן זצ"ל, אבדק"ק שארמאש פון קרית יואל.

דער שארמאשער רב איז באקאנט געווען לאנגע יארן מיט זיין איבערמענטשליכע יגיעה והתמדה בתורה, און זיין צדקות וקדושה מיט וועלכע ער האט זיך געפירט ווי ערליכע אידן און צדיקים פון אמאל. פון זיין ביהמ"ד אין קרית יואל האט ער פארשפרייט תורה, הוראה, חסידות, גמילות חסדים, טהרה וקדושה, איבער גאנץ קרית יואל און איבער דער גארער וועלט.

מיט א שטיק צייט צוריק איז דער שארמאשער רב זצ"ל נישט געזונט געווארן, און איבעראל האבן אידישע קינדער מתפלל געווען לרפואת אותו צדיק, אבער ליידער זענען די טויערן פון הימל געווען פארשלאסן, די גזירה איז שוין געווען גע'חתמ'עט, ועלתה נשמתו הטהורה השמימה לדאבון לב כל בית ישראל. טויזנטער אידן האבן זיך פארזאמלט אום דינסטאג חוה"מ באושפיזא דיוסף צדיקא ביי דער לוי' פארנט פון שארמאשער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, וואו גדולי הרבנים ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האבן געהאלטן הספדים כדין חכם בפניו, און שפעטער אין קרית יואל, וואו די לוי' איז ארויס צום ערשט פון בית מדרשו און דאן פון אנדערע בתי מדרשים אין שטאט, און טויזנטער אידן האבן מלוה געווען די מטה צופיס ביז צו דער קבורה אויפ'ן ביה"ח אין קרית יואל.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'. זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל