מיט גרויס אויפברויז האט מען געהערט, אז די פאליציי אין פראנקרייך האט געוואוסט איבער אנטיסעמיטישע פייניגונגען קעגן א קליין אידיש מיידל, און זיי האבן עס באשלאסן צו האלטן בסוד. די פייניגונגען האבן פאסירט אין א סקול אין אכצנטן דיסטריקט אין פאריז, וואו דאס אידישע מיידל איז געטשעפעט געווארן דורך אנדערע נישט-אידישע סטודענטן, וועלכע זענען איר טעגליך איבערגעפאלן מיט אנטיסעמיטישע לאזונגען. די פאמיליע האט אלארמירט די פאליציי און ספעציפיש פארלאנגט פון זיי אויסצופארשן פארוואס די שולע באאמטע און די טיטשערס נעמען נישט קיין שום שריט דאס אפצושטעלן.

בילד: אנטיסעמיטישע פייניגונגען קעגן אידיש מיידל אין פאריז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל