א ברוטאלע טעראר אטאקע מארד האט פאסירט אין ארץ ישראל, ווען א איד איז אומגעברענגט געווארן דורך אראבישע טעראריסטן וואס האבן איבערגעלאזט זיין קערפער אויף א שענדליכן פארנעם. דער קערפער פון ר׳ ראובן שמערלינג הי״ד איז אפגעפונען געווארן נעבן אראבישן שטעטל כפר קאסאם, נאכדעם וואס ער איז פארשוואונדן געווארן, און די באאמטע האבן באלד געזאגט אז אויפ'ן קערפער האט מען געזען ווי ער איז אומגעברענגט געווארן אויף א ברוטאלן פארנעם. ר׳ ראובן האט געוואוינט אינעם שטעטל אלקנה, און די לוי' איז פארגעקומען דארטן אום חול המועד, מיט די באטייליגונג פון פילע פאמיליע מיטגלידער און גוטע פריינט.

בילד: ראובן שמערלינג הי״ד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל