וואספארא דיפערענץ אין איין יאר...

אין 16 ' למספ' האט טשיינע געהאט א רעקארד יאר פאר ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס אין אויסלאנד, אבער יעצט אין 17 ' איז שוין אן אנדערע מעשה אינגאנצן.

ענדע אוגוסט האט טשיינע - אין פארמאט פון די "דזשענעראל אפיס אוו טשיינע'ס סטעיט קאונסיל" - ארויסגעשטעלט א נייע סעריע פארשריפטן אויף סיי וועלכע ריעל עסטעיט "דיעלס" אינדרויסן פון לאנד, און איין צענטראלע פאליסי דערפון איז צו "באגרעניצן" סיי וועלכע אויסלענדישע אינוועסטמענט אין ריעל עסטעיט, האטעל, און ענליכע אינדוסטריעס.

פארוואס?

מ'קען זאגן וועגן די טראמפ אדמיניסטראציע, אבער דאס איז נישט ריכטיג.

עס שטעלט זיך ארויס, זאגן עקספערטן פון אזיע און ניו יארק צוגלייך, אז דער כינעזער פרעזידענט האט א גראנדיעזע פלאן צו הייבן די עקאנאמישע ביי די מערהייט ארימע שיכטן פון לאנד דורך אויפבויען די "זיידענע שאסיי" אויף וואס די כינעזער עקאנאמיע איז געפארן הונדערטער יארן צוריק. דאס הייסט, האנדלען מיט אינדיע, אפריקע, מיטל-מזרח, און ווי פארשטענדליך די נאנטערע שכנים אין אזיע. אזוי האבן די אמאליגע רייכע לייט פון די מזרח-וועלט געפירט מסחר, און פרעזידענט שי דזשינפינג וויל דאס צוריקשטעלן אויף די מאפע לויט די היינטיגע עקאנאמישע באגריפן.

ער האלט אז דאס איז דער שליסל צו רעדוצירן די ריזיגע דיפערענץ צווישן די ביליאנערן אין לאנד און די ביליאנען ארימע איינוואוינער.

די "זיידענע שאסיי" אינציאטיווע נעמט ארום בערך זעכציג לענדער, און טשיינע טוט זייער שטארק מוטיגן צו אינוועסטירן אין יענע לענדער אין געביטן פון ענערגיע, מינע גראבונגען, אגריקולטור, טעכנאלאגיע, און ביזנעס סערוויסעס - און ווי ווייניגער גלאטע ריעל עסטעיט.

אמעריקע, און ספעציפיש די ניו יארק ראיאן, זענען קלאר נישט אין דזשיפינג'ס "זיידענע שאסיי" פלענער. דאס מיינט נישט אז כינעזער מיליאנערן און ביליאנערן האבן נישט קיין אפעטיט פאר ניו יארקער ריעל עסטעיט - זיי האבן שוין איינמאל, און שטעקן טאקע איין גרויסע געלטער אין סיטי פראיעקטן, און אויך דא און דארט אין האדסאן וועלי סובארבס, אבער נישט אזעלכע גרויסע געלטער ווי פריער. אזעלכע "דיעלס" ווי "אנבאג אינשורענס'ס" $1.95 ביליאן אויסקויף פון "וואלדארף עסטאריע," אדער די האלבע ביליאן אינוועסטמענט אין "אטלאנטיק יארדס," צי די 40% שותפות אין די "דזשי. עם." געביידע, איז נישט עפעס וואס כינע וועט אזוי שנעל צולאזן נאכאמאל.

אין די זעלבע צייט קען מען זיך גרייטן צו הערן פון מער און מער גיגאנטישע כינעזער אינוועסטמענטס אין "זיידענע שאסיי" לענדער און פראיעקטן.

פונקט ווי אמעריקע'ס פרעזידענט טראמפ בויט זיין עקאנאמישע פלאטפארמע אויף "מער יושר'דיגע האנדל דא אין אמעריקע" און קימערט זיך נישט צופיל אויף אויסלענדישע אינטערעסן, אזוי טוט אויך דער כינעזער פרעזידענט מיט הייבן די לאקאלע עקאנאמיע דורך הייבן די עקאנאמישע קאאפעראציע מיט, און אינוועסטמענט אין, די ראיאן וואס האט ביז נישט לאנג צוריק געשפילט די הויפט ראלע אין כינעזער האנדל.

יא, ס'וואלט נאך אלץ געווען גוט אז כינע זאל יא ווייטער שפילן קעפ-רעיט אין די פאראייניגטע שטאטן, אבער דערווייל איז דער שפיל אריבער צו די מזרח וועלט.

בילד: וואס פארפירט טשיינע קעגן ריעל עסטעיט אין ניו יארק, אמעריקע?


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל