עלימינירן שטייער בענעפיטן, וועט שאטן אבער נישט אריינברענגן נאך צופיהל שטייערן

א גרונטליכע אנאליז אויפ'ן ריעל עסטעיט שטייער בענעפיט באקאנט אלס " 1031 עקסטשעינדזש" קומט צום אויספיר אז דער פראגראם איז א שטארקע זייל פאר די גאנצע עקאנאמיע אין די פאראייניגטע שטאטן, און ס'איז בעסער אז די טראמפ אדמיניסטראציע זאל דאס בעסער באטראכטן בעפאר'ן זיך פארטשעפן דערמיט.

די טראמפ אדמיניסטראציע, ווי באקאנט, האט אין פלאן צו עלימינירן געוויסע שטייער בענעפיטן אין געביט פון ריעל עסטעיט, אלס טייל פונעם פרעזידענט'ס גראנדיעזע "טעקס רעפארם" פלאן - וואס האלט נאך אינמיטן ווערן אויסגעארבייט מיט אלע איינצלהייטן.

אדמיניסטראציע באאמטע האבן שוין אויפגעברענגט א פלאן צו עלימינירן די פעדעראלע "דידאקשען" פון סטעיט און לאקאלע שטייערן, א שטייער בענעפיט וואס שפילט גאר א שטארקע ראלע אין די עקאנאמישע בענעפיטן פון קויפן אן אייגענע הויז, און בכלל ביים האוזינג מארקעט איבער'ן לאנד. דער פלאן האט אויפגעברענגט גרויס אויפברויז - אבער ווייסע הויז באאמטע זענען שטארק דערפאר ווייל עס קען אריינברענגען אין די שטייער קאסע נאך אזויפיל ווי $200 ביליאן א יאר.

אויך רעדט מען פון מעגליך עלימינירן די שטייער דידאקשענס פון מארטגעדזש אינטערעסט און אינשורענס, סיידן אין זעלטענע פעלער, אבער עס איז נאך נישט קלאר צי די ווייסע הויז וועט גיין מיט דעם. ביז דערווייל האט מען נאך נישט געהערט פון די טראמפ אדמיניסטראציע סיי וואספארא שטעלונג אויף די " 1031 עקסטשעינדזש."

די " 1031 ," אין קורצן, רעפערירט צום "סעקשאן 1031 " אין די פעדעראלע שטייער געזעצן, וואס זאגט אז אויב מ'נוצט די פראפיטן פון פארקויפן ריעל עסטעיט צו קויפן אנדערע ריעל עסטעיט ביז א קורצע צייט - לויט פארשידענע פארשריפטן - דארף מען נישט צאלן קיין שטייערן אויף די פארדינסטן.

דער געזעץ איז שוין כמעט 100 יאר אלט, און לעצטנס קומען אויף מער און מער געדאנקען זיך צו שפילן דערמיט. דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא האט געפלאנט צו באגרעניצן דעם געזעץ צו בלויז אונטער 1 מיליאן דאלאר, און צו עלימינירן זייטיגע פארמעגנס ווי אנטיקן און אנדערע פערזענליכע חפצים פון ווערן באטראכט אלס "פראפערטי" פאר צוועקן פון " 1031 ," אבער די פלענער זענען נישט געווארן אויסגעפירט.

געוויסע רעפובליקאנער אין קאנגרעס האבן שוין לאנג גערעדט פון אביסל באגרעניצן דעם געזעץ, אבער דערווייל אן ערפאלג - ביז יעצט, ווען מען הייבט שוין אן ערנסט צו רעדן דערפון אין וואשינגטאן.

אבער די פרישע אנאליז ווארנט אז עלימינירן דעם בענעפיט קען שטארק שעדיגן די ריעל עסטעיט מארקעט, שרייבנדיג אז אזויפיל ווי א דריטל פון אלע ריעל עסטעיט טראנזאקציעס קומען אין פארבינדונג מיט " 1031 ." אויב מ'נעמט אוועק " 1031 " קען ריעל עסטעיט פאלן מיט 4 ביז 8 פראצענט, זאגט דער אנאליז.

און וואס וועט וואשינגטאן געווינען? לויט'ן אנאליז שטעלט זיך ארויס אז אן די " 1031 " וועט ריעל עסטעיט אריינברענגען נאך אזויפיל פעדעראלע שטייערן ווי... בלויז א האלבן ביליאן דאלאר א יאר.

בילד: 1031 עקסטשעינדזש איז שליסל פאר עקאנאמיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל