"סטענלי בלעק ענד דעקער," וועמענ'ס טולס מ'האט לעצטנס אזויפיל גענוצט ביים בויען און צונעמען די סוכה, און וועמענ'ס אפאראטן ווערן טעגליך גענוצט ביי מיליאנען הייזער און בוי פראיעקטן, האט א נייע אפאראט אויפ'ן האריזאנט: דראונס.

די באקאנטע טול פירמע האט באשלאסן צו אינוועסטירן אין די ריעל עסטעיט באנוץ פון דראונס פאר זיכערהייט און מארקעטינג צוועקן, שליסנדיג א שותפות מיט "סאנפלאוער לעבס" צו ארבייטן צוזאמען אויף נייע דראונס ביי פריוואטע היימען און קאמערשאל ריעל עסטעיט.

"סאנפלאוער" האט שוין ערצייגט איין דראון זיכערהייט סיסטעם פאר פריוואטע הייזער. די סיסטעם קומט מיט סאלאר-באזירטע "סענסארס" וואס ווערן געשטעלט אויף די 4 זייטן פונעם הויז, און אויב די סענסארס דערשפירן עפעס אומגעווענליך - דורך באוועגונג, קלאנגען, אדער ציטערנישן - גייט ארויס א סיגנאל פאר'ן דראון זיך צו הייבן און אבזערווירן וואס גייט פאר. יעצט מיט'ן אפמאך מיט "סטענלי" וועלן די צוויי פירמעס ארבייטן צוזאמען צו פארברייטערן די דאזיגע ביזנעס ליניע, סיי פאר זיכערהייט צוועקן, און סיי פאר אנדערע צוועקן ווי מארקעטינג, קאנסטראקשען מענעדזשמענט, אפרעיזל, אד"ג.

"סטענלי" פאר זיך האט שוין אפאר יאר א ליניעפון זיכערהייט פראדוקטן, אבער די קאמפאני האט באשלאסן זיך אריינצולייגן מער אין די ביזנעס וויבאלד אנאליסטן שאצן אז דראון זיכערהייט קען אנקומען צו זיין א $10 ביליאן אינדוסטריע, און "סטענלי" קען אסאך מער אויפוואקסן מיט אזעלכע פראדוקטן.

ריעל עסטעיט בכלל איז די נומער 1 באנוץ פון "דראונס" אין די קאמערשאל מארקעט, לויט א גרונטליכע אינדוסטריע אפשאצונג. נאכדעם קומען, מאפע-סורוועיס, פאטאגראפי, אגריקולטור, רעגירונג אינספעקציעס, קאנסטראקשאן, אינפראסטרוקטור אינספעקציעס און יוטיליטי אינספעקציעס.

בילד: סטענלי טול קאמפאני נעמט זיך צו דראונס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל