בילד: ליידיגע שטחים
א דראמאטישער באריכט ווייסט צו דערציילן אז גרויסע קאמפאניס מיט איבעריגע אומגענוצטע שטחים האלטן זיך דערמיט לאנגע יארן אן עס פארקויפן צוליב א רייע אורזאכן, אלע דערפון אומלאגיש, און אנאליסטן רופן זיי יא צו פארקויפן די פראפערטיס און געבן פלאץ פאר נייע דעוועלאפמענטס.

די אנאליסטן האבן אויסגעפרעגט דרייסיג גרויסע קאמפאניס ארום די וועלט, מיט סך הכל יערליכע סעילס פון $1.5 טריליאן, און אויסגעפינען אז בלויז די 30 זיצן אויף ליידיגע אומגענוצטע שטחים אין ווערד פון איבער $2 ביליאן.

די קאמפאניס זאגן אז 1) זיי האבן נישט קיין פלאן צו פארקויפן, 2) זיי האבן וויכטיגע פריאריטעטן, 3) זיי וואלטן פארקויפט קליינע חלקים אויפאמאל (כאטש דאס קאסט פיל מער פאר'ן מוכר), 4) רוב פון זיי צאלן מער ווי $5 מיליאן יערליך אויפצוהאלטן די ליידיגע שטחים, ווי שטייערן, מעינטענענס, יוטיליטיס, פערמיטס, זיכערהייט, לייעביליטיס און נאך קאסטן.

די אנאליסטן אינעם באריכט זאגן אז קאמפאניס קענען זיך שפארן אסאך געלט און קאפ-ווייטאג, און אוודאי פארדינען אסאך, דורך פארקויפן די שטחים.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל