דריי-פערטל פון אלע "סעליולער סיגנאל" טורעמס אין די פאראייניגטע שטאטן געהערן פאר איינע פון דריי גרויסע קאמפאניס, "קראון קעסטל," "עס. בי. עי. קאמיוניקעישאנס," "עי. טי. ענד טי.," און "אמעריקען טאוער," אבער מער און מער אינוועסטמענט פאנדס קומען אריין אין די סוב-סעקטאר צוליב די גאר קלינגענדיגע פראפיטן יאר נאך יאר - אן צופיל קאסטן.

די גרעסטע נייעס אין דעם געביט קומט פון "סאפטבענק," די יאפאן-באזירטע אייגענטומער פון "ספרינט." די קאמפאני האט א ביזנעס שותפות מיט "לענדליעס" פון אויסטראליע, וואס אינוועסטירט אין סעל-טאוערס, און יעצט האט "לענדליעס" גענומען ערנסטע סטראטעגיעס צו וואקסן אין אמעריקע, אדאנק די פירמע'ס שותפות מיט "ספרינט."

"לענדליעס" פלאנט צו בויען נאנט צו 500 נייע סעל-טאוערס אין די פאראייניגטע שטאטן, נישט הויכע סעליולער טורעמס ווי מ'פלעגט אמאל בויען, נאר אויף דעכער פון גרויסע געביידעס און פאבריקן.

נו, איז די פראגע פון אזויפיל אפארטמענט געביידע אייגענטומער, און מענעדזשערס פון אלע ערליי קאמערשאל ריעל עסטעיט - זאל מען אנבאטן די פלאץ פאר סעל טאוערס? קען מען עס באקומען? וויפיל זענען די פרייזן?

דורכשניטליכע רענט פרייזן פאר סעל-טאוערס אויף עקזיסטירנדע געביידעס איז ארום $1,300 א חודש, אבער אין ניו יארק ראיאן לויפט עס ביז נאנט צו צוויי אלפים א חודש. (בויען א טורעם אויף א שטיקל באדן ברענגט פילפאכיג מער רענט.) "אבער," א גרויסע אבער: ס'איז זייער שווער צו באקומען אזא ליעס, ווייל די קאמפאניס זענען גאר קלייבעריש, און וועלן נאר גיין צו א פראפערטי ווען זיי האבן ממש נישט קיין אנדערע ברירה.

אויך זענען דא אסאך איינצלהייטן, ווי אינשורענס, וואג מעגליכקייטן, זאונינג, גערודער, 24-א-שעה צוטריט, אא"וו. אויב ס'איז א רעזידענשאל געביידע דארף מען זעהן וואס די קאנדא זאגט, און וואס די איינוואוינער זאגן. ווי אנדערע ריעל עסטעיט, קען דאס אויך זיין גוט, אבער ס'איז נישט גרינג בכלל.

בילד: א נייע קלאס פון אינוועסטמענט פראפערטי: סעל טאוערס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל