רענט פרייזן פאר ריטעיל געשעפטן אויף בעדפארד עוועניו צווישן וומסב"ג און גרינפאינט איז אויפ'ן וועג אראפ, פאלנדיג מיט אזויפיל ווי 13% דעם זומער קעגן פאראיאר זומער, לויט א פרישע באריכט פון די "ריעל עסטעיט באורד אוו ניו יארק." דער באריכט גייט ספעציפיש אויף בעדפארד צווישן גרענד עוועניו און נארט 12'טע סטריט, פאלנדיג צו $325 פער סק. פוס ביי "גראונד לעוועל" און ארום האלב דערפון אויף העכערע שטאקן. די פאלנדע ריטעיל רענט קומט צוליב אן איבערפלוס פון ריטעיל אינעם ראיאן, זאגט דער באריכט.

Post a Comment