די אינטעסיווע האנדל געשפרעכן צווישן אמעריקע מיט קאנאדא און מעקסיקא, איז מער ווי בלויז האלץ און עסן
וואשינגטאן. אמעריקע'ס פארהאנדלונגען מיט די צוויי שכנים צפון און דרום איבער'ן "נאפטא" האנדל אפמאך גייט אין זויערן ריכטונג, און די ריעל עסטעיט אינדוסטריע הייבט אן צו ווערן באזארגט.
אויב די היסטארישע 23 'יעריגע אפמאך פאלט אדורך, וועט עס האבן א מאסיווע אפקלאנג אויף פיל אינדוסטריע, ווי מעניופעקטשורינג, ענערגיע, פינאנץ, אגריקולטור, אויטאס, און אזוי אויך אויף קאנסטראקשאן, האוזינג און קאמערשאל ריעל עסטעיט.
אין די היימישע ביזנעס וועלט, איז קאנאדא אן עקאנאמישע שליסל צו אסאך ביזנעסער אויף ביידע זייטן פונעם גרעניץ. מעקסיקא וואקסט אויף נאך גרעסער, מיט אומבאגרעניצטע שטחים פאר פראדוקציע פון כלערליי פראדוקטן, פון היימישע עסן ביז קאמערציעלע אפאראטן.
אבער אפגעזען צי מען רעדט פון האלץ, קארס, באלבס אדער גרינצייג, איז אלץ די רעדע פון לאקאציע, לאקאציע, לאקאציע, און דאס קען שטארק אפעקטירט ווערן מיט'ן אויסגאנג פון די "נאפטא" האנדל געשפרעכן.
פרעזידענט טראמפ נעמט גאר א שטייפע פאזיציע, און די צוויי גוטע שכנים לערנען זיך אפ דערפון - אנהאלטנדיג זייערע פאזיציעס אן צופיל מעגליכקייטן פאר א קאמפראמיס. לויט ווי עס זעהט יעצט אויס, גייען די געשפרעכן אויפ'ן וועג איבערצולאזן "נאפטא" אין אייניגע אומשטענדן ווי די "נוקלעארע אפמאך" מיט איראן. דער חילוק איז נאר, אז רעדט מען פון די דריי לענדער, און עטוואס מער רואיגע מאטעריאלן ווי אטאמישע באמבעס.
אין יעדן פאל, האט שוין די ווייסע הויז געגעבן אנצוהערן אז אויב מ'קען זיך נישט פארגלייכן אויף א נייע "נאפטא" פארמולא, וועט אמעריקע זיין גרייט צו רעדן פון שפאגל-נייע האנדלס אפמאכן מיט איינעם אויפאמאל, קאנאדא, אדער מעקסיקא, אן קיין פארבינדונג איינס מיט'ן אנדערן.
מער ספעציפיש, זאגט א באריכט פון ריעל עסטעיט אימפעריע "קושמען ענד וועיקפיעלד," אז מער ווי 400 טויזנט ביזנעסער אין אמעריקע טוען ביזנעס מיט אויסלאנד, און דירעקט צוליב "נאפטא" זענען במשך די עטליכע און צוואנציג יאר צוגעקומען נאך 3.5 ביליאן סק. פוס פון וועירהאוז פלאץ.
יעדער פארשטייט אז העכערע קאסטן פאר אזויפיל זאכן אין די עקאנאמיע טויג בכלל נישט פאר ריעל עסטעיט. די הויפט זייל פון קאנסומער אויסגאבן אין די עקאנאמיע איז געבויט אויפ'ן האוזינג מארקעט, און אויב קאנסומער אויסגאבן שטייגן צוליב העכערע ריטעיל פרייזן אין אלגעמיין, קומט עס אויפ'ן חשבון פון אויסגאבן אין האוזינג.
אבער קאנאדא וועט נישט בלייבן אונטערשטעליג - דער קאלטער שכן איז דער הויפט האנדל שותף, אדער איינס פון די גרעסטע האנדל שותפים, מיט ווייניגסטנס 32 סטעיטס פון די פאראייניגטע שטאטן. אויב קאנאדא נעמט זיך שטעלן באריקאדעס אויף אמעריקאנער פראדוקטן וועט עס שנעל און שטארק געשפירט ווערן פונעם אטלאנטיק ביז'ן פאציפיק, מיט ערנסטע שאדנס צו די גאנצע אמעריקאנער עקאנאמיע אין אלגעמיין, און ריעל עסטעיט בפרט.
יעדער פארשטייט אז עס זענען דא פארשידענע לענדער ארום די וועלט, נישט קיין סאך, אבער פארט עפעס, וואס זענען נישט אין די בעסטע באציאונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן, אבער קענען נישט טאן צופיל קעגן וואשינגטאן. אבער אויב אמעריקע גייט אגרעסיוו קעגן אימפארטן פון מעקסיקא, און עס גיט א קנייטש אין די מעקסיקאנער עקאנאמיע, וועלן יענע לענדער האבן גענוג און נאך תירוצים פארוואס זיי קענען מער נישט קויפן פון אמעריקע די סארט פראדוקטן וואס פלעגן אמאל קומען פון מעקסיקא - אדער סיי וועלכע פראדוקט אנדערש. אין קורצן, אויב אמעריקע ווערט אגרעסיוו אין עקאנאמישע באציאונגען קעגן די ארומיגע לענדער, וועלן זיי טרעפן סימפאטישע רעגירונגען און קאמפאניס נאנט און ווייט וואס וועלן זיך אנשליסן צו זיין אגרעסיוו קעגן אמעריקע. קיינער וויל דאס נישט - איבערהויפט אז די רייכע עליטע פון איבער די גאנצע וועלט זאלן באקומען א קאלטע געפיל צו די לוקסוס ריעל עסטעיט אין ניו יארק און אנדערע אמעריקאנער שטעט...
ס'איז קלאר אז א נייע פארבעסערטע "נאפטא" איז פילפאכיג בעסער פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע ווי צו ענדיגן דעם אפמאך אינגאנצן. און וואס איז דען בעסער פאר ריעל עסטעיט ווי א גוטע בליענדע עקאנאמיע מיט אן אויפהערליכע פארלאנג פאר אפיסעס, פאבריקן, וועירהאוזעס, און... האוזינג און געשעפטן פאר די אלע איינגעשטעלטע ?
וואשינגטאן. אמעריקע'ס פארהאנדלונגען מיט די צוויי שכנים צפון און דרום איבער'ן "נאפטא" האנדל אפמאך גייט אין זויערן ריכטונג, און די ריעל עסטעיט אינדוסטריע הייבט אן צו ווערן באזארגט.
אויב די היסטארישע 23 'יעריגע אפמאך פאלט אדורך, וועט עס האבן א מאסיווע אפקלאנג אויף פיל אינדוסטריע, ווי מעניופעקטשורינג, ענערגיע, פינאנץ, אגריקולטור, אויטאס, און אזוי אויך אויף קאנסטראקשאן, האוזינג און קאמערשאל ריעל עסטעיט.
אין די היימישע ביזנעס וועלט, איז קאנאדא אן עקאנאמישע שליסל צו אסאך ביזנעסער אויף ביידע זייטן פונעם גרעניץ. מעקסיקא וואקסט אויף נאך גרעסער, מיט אומבאגרעניצטע שטחים פאר פראדוקציע פון כלערליי פראדוקטן, פון היימישע עסן ביז קאמערציעלע אפאראטן.
אבער אפגעזען צי מען רעדט פון האלץ, קארס, באלבס אדער גרינצייג, איז אלץ די רעדע פון לאקאציע, לאקאציע, לאקאציע, און דאס קען שטארק אפעקטירט ווערן מיט'ן אויסגאנג פון די "נאפטא" האנדל געשפרעכן.
פרעזידענט טראמפ נעמט גאר א שטייפע פאזיציע, און די צוויי גוטע שכנים לערנען זיך אפ דערפון - אנהאלטנדיג זייערע פאזיציעס אן צופיל מעגליכקייטן פאר א קאמפראמיס. לויט ווי עס זעהט יעצט אויס, גייען די געשפרעכן אויפ'ן וועג איבערצולאזן "נאפטא" אין אייניגע אומשטענדן ווי די "נוקלעארע אפמאך" מיט איראן. דער חילוק איז נאר, אז רעדט מען פון די דריי לענדער, און עטוואס מער רואיגע מאטעריאלן ווי אטאמישע באמבעס.
אין יעדן פאל, האט שוין די ווייסע הויז געגעבן אנצוהערן אז אויב מ'קען זיך נישט פארגלייכן אויף א נייע "נאפטא" פארמולא, וועט אמעריקע זיין גרייט צו רעדן פון שפאגל-נייע האנדלס אפמאכן מיט איינעם אויפאמאל, קאנאדא, אדער מעקסיקא, אן קיין פארבינדונג איינס מיט'ן אנדערן.
5 נעגאטיווע רעזולטאטן
אויב "נאפטא" פאלט אדורך, שרייבט איין וואל סטריט אנאליסטן פירמע, קען עס לייכט פירן צו ווייניגסטנס פינעף נעגאטיווע רעזולטאטן פאר די קאמערשאל ריעל עסטעיט אינדוסטריע.1 - לאדזשיסטיקס
איינע פון די בעסטע סעקטארן אין קאמערשאל ריעל עסטעיט איז אינדוסטריעל, וועירהאוז, סטארעדזש. אין קורצן, "ביזנעס לאדזשיסטיקס." אויב די האנדל סיסטעם - ספעציפיש, די קייט פון פראדוקציע און "סופליי טשעין" - צווישן די דריי לענדער גייט אדורך א דראסטישן טויש נאך צענדליגער יארן סטאביליטעט, וועט עס גאר שטארק אויפטרייסלען די "לאדזשיסטיקס" אינדוסטריע.מער ספעציפיש, זאגט א באריכט פון ריעל עסטעיט אימפעריע "קושמען ענד וועיקפיעלד," אז מער ווי 400 טויזנט ביזנעסער אין אמעריקע טוען ביזנעס מיט אויסלאנד, און דירעקט צוליב "נאפטא" זענען במשך די עטליכע און צוואנציג יאר צוגעקומען נאך 3.5 ביליאן סק. פוס פון וועירהאוז פלאץ.
2 - העכערע פרייזן
נישטא וואס צו רעדן אז "נאפטא" איז א גאלדן-גרוב פאר מעקסיקא, א ריין גאלד "עי. טי. עם." מאשין. יא, ס'איז גוט פאר "אנקל סעם" צו האבן א רייכן ביזנעס שכן, אבער מ'זאל נאר נישט פארגעסן ווער ס'איז דער פעטער און ווער דער פלימעניק. אבער אויב מעקסיקא פאלט ארויס פונעם "נאפטא" סיסטעם, איז ערווארטעט אז אמעריקאנער ביזנעסער וועלן ווידער אפשיקן זייער פראדוקציע קיין טשיינע, וואס מיינט אסאך העכערע קאסטן פאר די סחורה דא אין לאנד - ווייל א קאנטעינאר פון אזיע קיין נוארק קאסט 8 אלפים און העכער, בשעת א קאנטעינאר פון טיוואנא קיין סאן דיעגא קאסט כמעט צוויי דריטל ביליגער.יעדער פארשטייט אז העכערע קאסטן פאר אזויפיל זאכן אין די עקאנאמיע טויג בכלל נישט פאר ריעל עסטעיט. די הויפט זייל פון קאנסומער אויסגאבן אין די עקאנאמיע איז געבויט אויפ'ן האוזינג מארקעט, און אויב קאנסומער אויסגאבן שטייגן צוליב העכערע ריטעיל פרייזן אין אלגעמיין, קומט עס אויפ'ן חשבון פון אויסגאבן אין האוזינג.
3 - קאנאדער נקמה
ווידעראום אויב די יעצטיגע קאלטע האנדלס קריג צווישן אמעריקע און קאנאדא ווערט הייסער, און די טראמפ אדמיניסטראציע נעמט זיך לייגן טאריף שטייערן אין גרויסן אויף קאנאדער אימפארטן, קען עס זיין א גרויסע שאדן פאר קאנאדא - לויט איין שאצונג אזויפיל ווי כמעט 2 פראצענט אין "דזשי. די. פי." און כמעט פיר הונדערט טויזנט דזשאבס פארלוירן.אבער קאנאדא וועט נישט בלייבן אונטערשטעליג - דער קאלטער שכן איז דער הויפט האנדל שותף, אדער איינס פון די גרעסטע האנדל שותפים, מיט ווייניגסטנס 32 סטעיטס פון די פאראייניגטע שטאטן. אויב קאנאדא נעמט זיך שטעלן באריקאדעס אויף אמעריקאנער פראדוקטן וועט עס שנעל און שטארק געשפירט ווערן פונעם אטלאנטיק ביז'ן פאציפיק, מיט ערנסטע שאדנס צו די גאנצע אמעריקאנער עקאנאמיע אין אלגעמיין, און ריעל עסטעיט בפרט.
4 - וועלטליכע נקמה
אמעריקע איז טאקע די נאנטע און שטארקע שכן פון קאנאדא און מעקסיקא, אבער די צוויי לענדער טוען אויך גענוג און נאך ביזנעס מיט אנדערע לענדער איבער די גארער וועלט. אנאליסטן האלטן אז אויב די טראמפ אדמיניסטראציע נעמט זיך ערנסט צו באגרעניצן יענע לענדער'ס פראדוקטן אין אמעריקע, וועלן נישט נאר די צוויי באטרעפנדע לענדער נעמען ערנסטע עקאנאמישע נקמה קעגן אמעריקע - נאר זיי וועלן האבן גוטע "אננעמערס" פון ארום די וועלט.יעדער פארשטייט אז עס זענען דא פארשידענע לענדער ארום די וועלט, נישט קיין סאך, אבער פארט עפעס, וואס זענען נישט אין די בעסטע באציאונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן, אבער קענען נישט טאן צופיל קעגן וואשינגטאן. אבער אויב אמעריקע גייט אגרעסיוו קעגן אימפארטן פון מעקסיקא, און עס גיט א קנייטש אין די מעקסיקאנער עקאנאמיע, וועלן יענע לענדער האבן גענוג און נאך תירוצים פארוואס זיי קענען מער נישט קויפן פון אמעריקע די סארט פראדוקטן וואס פלעגן אמאל קומען פון מעקסיקא - אדער סיי וועלכע פראדוקט אנדערש. אין קורצן, אויב אמעריקע ווערט אגרעסיוו אין עקאנאמישע באציאונגען קעגן די ארומיגע לענדער, וועלן זיי טרעפן סימפאטישע רעגירונגען און קאמפאניס נאנט און ווייט וואס וועלן זיך אנשליסן צו זיין אגרעסיוו קעגן אמעריקע. קיינער וויל דאס נישט - איבערהויפט אז די רייכע עליטע פון איבער די גאנצע וועלט זאלן באקומען א קאלטע געפיל צו די לוקסוס ריעל עסטעיט אין ניו יארק און אנדערע אמעריקאנער שטעט...
5 - לאקאלע עקאנאמיע
די פינפטע הויפט פראבלעם פון אפלאזן "נאפטא" איז פשוט די געפאר פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע. מ'קען זאגן אז "נאפטא" איז אין אסאך זאכן בעסער פאר מעקסיקא און קאנאדא ווי פאר אמעריקע, אבער דערפאר איז דא דיפלאמאטיע און פארהאנדלונגען, צו פארבעסערן דעם אפמאך - נאך 23 יאר קען מען שוין שאצן צי אלעס האט געטויגט די אלע יארן און וואס מ'קען פארבעסערן.ס'איז קלאר אז א נייע פארבעסערטע "נאפטא" איז פילפאכיג בעסער פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע ווי צו ענדיגן דעם אפמאך אינגאנצן. און וואס איז דען בעסער פאר ריעל עסטעיט ווי א גוטע בליענדע עקאנאמיע מיט אן אויפהערליכע פארלאנג פאר אפיסעס, פאבריקן, וועירהאוזעס, און... האוזינג און געשעפטן פאר די אלע איינגעשטעלטע ?
הוסף רשומת תגובה