אפטמאל ווילן לאקאלע קאמערשעל ריעל עסטעיט אינוועסטארס מיטהאלטן, וואס טוען די "גרויסע"?
פון די וועלט'ס גרעסטע אינוועסטמענט פאנדס איז "בלעקסטאון גרופ" (וואס איז, אגב, א הויפט שותף אין "הילטאן" האטעל נעץ), מיט אזויפיל ווי $111 ביליאן בלויז אין ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס, אויסער אלע אנדערע ביזנעסער.
לעצטנס האט "בלעקסטאון" באשלאסן צו אינוועסטירן נאך ריזיגע געלטער אין קאמערשאל ריעל עסטעיט, ספעציעל די סעקטארן פון אינדוסטריעל, סיניאר האוזינג, און פראפערטי מענעדזשמענט. קאמפאני באאמטע זאגן אז פיל געגנטער אין אמעריקע "האבן ווייט פון גענוג" פון די דריי ערליי ריעל עסטעיט קלאסן. די פירמע האט נארוואס אפגעקויפט א $400 מיליאן, 5.9 מיליאן סק. פוס, פארטפעל פון אינדוסטריעל שטחים ארום שיקאגא און אטלאנטא, און האט אויך אפגעקויפט א מערהייט שותפות אין די ריעל עסטעיט פארמעגנס און מענעדזשמענט אפעראציעס פון "באנקא פאפולאר."
אבער נישט יעדער וויל איבערגעבן גוטע אינוועסטמענטס פאר "בלעקסטאון." די פאנד האט לעצטנס געוואלט אפקויפן די "אמעריקאלד" נעץ פון פרידזשידעיר סטארעדזש געביידעס, פאר אזויפיל ווי 3 ביליאן דאלאר, אבער די קאמפאני האט קאלטערהייט אפגעזאגט דעם אנבאט, וועלנדיג ווייטער אנהאלטן די זעלטענע גוטע קלאס פון "לאדזשיסטיקל" ריעל עסטעיט פאר זיך.
נישט געזארגט, "בלעקסטאון" האט נאך ארום $30 ביליאן פאר נייע ריעל עסטעיט אינוועסטמענטס .

הוסף רשומת תגובה