קומענדיגע מיטוואך פרשת וישלח, למספרם November 29 - צוגעשטעלט דורך די בארימטע היימישע ביזנעס פאראיין, או.דזשעי.בי.עי., געווידמעט פאר ראקלענד, אראנדזש און צפון ניו דזשערסי

וואס א טאג נענטער אויפ'ן קאלענדער, ווערט ביי מער און מער ביזנעס סקעדזשועל ביכער אין ניו יארק און ניו דזשערסי אויפגעשריבן דער טאג "מיטוואך וישלח, למספ' נאוועמבער 29 ," מיט גרויסע ווערטער: "ביזנעס עקספאו, מעדאולענדס."

אין דעם טאג איז באשטימט די צענטראלע "אינטערסטעיט ביזנעס טו ביזנעס עקספאו" וואו ס'וועלן צוזאמקומען די גרעסטע קאמפאניס אין קאנסטאקשאן און בילדינג מענעדזשמענט, אונטער איין דאך כאיש אחד בלב אחד, אין א פאזיטיווע אטמאספערע צו בויען ביזנעס, באקאנטשאפט, סעילס, ערפארונג, און די לעצטיגסטע נייעס און אנטוויקלונגען אין די "ליין."

די גרויסארטיגע עקספאו ווערט צוגעשטעלט דורך די בארימטע ביזנעס גרופע "או. דזשי. בי. עי" (OJBA = Orthodox Jewish Builders Association), די פראמינענטע פאראיין פון היימישע בילדערס וואס האט אין בלויז א קורצע פאר יאר באוויזן צו הייבן די ביזנעס שטאפל, רעפוטאציע און יערליכע וואוקס פון היימישע קאנסטראקשאן ביזנעסער, דורך א סעריע "עקספאו" צוזאמקונפטן אין אפסטעיט מיט געוואלדיגע גוטע גריסן און רעזולטאטן.

"מערסטע ערפאלגרייכע סעילס דירעקטארס זאגן אז די ווערדפולסטע קאנטאקטן פאר סעילס איז פון ביזנעס-צו-ביזנעס צוזאמטרעפן," זאגט דער חשובער עסקן מו"ה אלימלך וועבער הי"ו, מייסד און ענערגישער אנפירער פון "או. דזשעי. בי. עי."

און אויב דאס איז געזאגט געווארן אין אלגעמיינע ביזנעס, איז עס נאך פילפאכיג מער אזוי ביים היימישן ביזנעס קלאס. פריערדיגע קאנסטראקשאן שאוס אין אפסטעיט האבן געוויזן, זאגט ער, אז מער ווי פופציג פראצענט פון די "עקזיביט" פירמעס און זיבעציג פראצענט פון די באטייליגטע ביזנעס מענטשן זענען נאך קיינמאל פריער נישט געווען ביי אזא סארט ביזנעס קאנפערענץ.

אדאנק די פרעצענטלאזע אראנדזשירונגען פון די פריערדיגע עקספאוס, און די אויסטערלישע הצלחה אין שאפן נייע ביזנעס דורך די באטייליגטע קאמפאניס און באזוכער, הייבט מען אן בס"ד צו אנערקענען דעם וויכטיגן געברויך פאר אזא פלאטפארמע, "און דאס טוען מיר אהערשטעלן ביי די קומענדיגע גרויסע עקספאו אין די מעדאולענדס."

כ'בין דא, וואס נאך, וואזשנע חידושים

גוטע קוואליטי קאמפאניס מאכן נישט אזעלכע גרייזן, אבער פארהאן א גרויסע צאל נייע, רעלאטיווע נייע, און אפילו נישט אזעלכע נייע ביזנעסער, וואו די אייגענטומער זאגן, "איך קען שוין אלע מיינע קאסטומערס, פארוואס דארף איך ארויסשטעלן מיין ביזנעס ביי אזא שאו?"

אזא צוגאנג איז זייער גרייזיג צוליב דריי ערנסטע סטראטעגישע סיבות.

1) יעדער ווייסט אז מארקעטינג דורך אימעיל ארבייט זייער שוואך אין קאנטראסט צו א פערזענליכע טעלעפאן קאל אדער גאר א פערזענליכע מיטינג. דאס איז אזוי ביי סיי וועלכע געביט פון סעילס, איבערהויפט ביי "ביזנעס טו ביזנעס," ווען מ'גיט אסאך מער אכטונג אויף יעדן דאלאר, מ'וויל די בעסטע קוואליטי און סערוויס פאר די ווייניגסטע קאסטן, און מ'וויל האבן "טראסט" אז יענע פירמע איז פארלעסליך. די רעזולטאטן פון פערזענליכע קאנטאקטן ביי אזא ביזנעס-אריענטירטע קאנפערענץ, יעדער איז אין די "ליין," יעדער קען די שפראך און טערמינען, די פראבלעמען און לעזונגען, האט נישט קיין פארגלייך. אין ביזנעס איז באקאנט דאס ווארט, אז איין "עקזיביט" ביי א ביזנעס צוזאמקונפט מיט אינדוסטריע קאלעגעס אויף איין טאג, קען ברענגען אסאך מער ביזנעס ווי א טייערע מארקעטינג קאמפיין פון א גאנצע יאר...!

2) "איבערגייענדיגע ביזנעס," דאס הייסט, פרישע ביזנעס פון אלטע גוטע קאסטומערס, איז די בעסטע ביזנעס, ווייל די אינוועסטמענט פון סעילס און מארקעטינג ארבייט וואס מ'דארף אויסגעבן צו האבן די ביזנעס, איז א קליינע פראקציע, אויב עפעס בכלל, קעגן די קאסטן פון באקומען נייע קאסטומערס. נו, אויב "איך קען שוין אלע מיינע קאסטומערס," ווי איז נאך דא א מער אפעקטיווע און עקאנאמישע סטראטעגיע "אנצוהאלטן" זייער ביזנעס אויפ'ן צוקונפט, ווי ביים ביזנעס קאנפערענץ וואו זיי ווילן און וועלן קומען אין די מאסן?

3) יעדער ביי אזא קאנפערענץ קען דערציילן פערזענליכע ערפארונגען פון עפעס א נייע פאטענט, קאסטומער, ווענדאר, פראדוקט, וואס ער האט געטראפן און עס האט אים טאטאל איבערראשט, זייער אומגעראכטן. דאס איז א הויפט שליסל צו "געווינען" נייע קאנטאקטן און קאנטראקטן, און דאס איז דער הויפט ציל פון ארויסשטעלן די אייגענע פראדוקטן אז די אנדערע זאלן ווערן איבערראשט, אדער באזוכן דעם קאנפערענץ אלס א גאסט און אבזערווירן וואס אנדערע קאמפאניס האבן צו פארקויפן פאר אזעלכע סארט פאזיטיווע געפינסן.

אלזא, סיי פאר ביזנעס פון נייע קאסטומערס, און סיי אנצוהאלטן די בעסטע ביזנעס מיט אלע קאסטומערס, סיי צו באגריסן אלטע גוטע פריינט און סיי צו טרעפן נייע ביזנעס חידושים, גייט מען צום קאנפערענץ וואו די אינדוסטריע טרעפט זיך צוזאמען, פראפעסיאנאל צו פראפעסיאנאל, און מען רעדט "ביזנעס."

קאנסטראקשען, מענעדזשמענט, שטייגן

די מארקעט פון ריעל עסטעיט היינט-צו-טאגס דארף מען נישט צופיל ערקלערן.

"מחוטב עציך עד שואב מימיך" איז דער ריכטיגער אויסדרוק אויף די גאנצע ברייטע פארנעם פון היימישע ביזנעסער אין די אינדוסטריע: לאמבער, פרעימינג, קאנסטראקשאן, פלאמבינג, עיטש. וועק, עלעקטריקל, דאך, טירן, פענסטער, סיידינג, צעמענט, דרייוואל, פעינט, און אזוי אויך פראפערטי מענעדזשערס וואס געבן זיך אפ מיט אלע געביטן פון אנפירן קאמערשאל פראפערטיס.

ניו יארק און ניו דשערסי זענען פון די בעסטע ריעל עסטעיט מארקעטס איבער גאנץ אמעריקע, ועוד היד נטוי' בס"ד. מ'קען נישט נאכקומען דעם געברויך פאר נאך בוי ארבייט, ספעציעל אין האדסאן וועלי ראיאן, ווי אראנדזש און ראקלענד קאונטיס, און די דערנעבנדיגע בערגען קאונטי ראיאן אין צפון ניו דזשערסי וואס גרעניצט זיך מיט'ן היימישן מאנסי ראיאן אין ניו יארק.

"יעדער" איז אין די ביזנעס, און יעדער וויל וואקסן און שטייגן, און יעדער וויל הערן פון די נייעסטע דעוועלאפמענטס אין ביזנעס, לגבי די געזעצן, שטייערן, זאונינג, און וואס נישט. יעדער וויל זיך באקענען מיט אנדערע און שאפן נייע קאנטראקטן און סעיל קארידארן. ווען דער גאנצער עולם טרעפט זיך אונטער איין דאך, א מאסיווע עלעגאנטע פראפעסיאנאלע ביזנעס קאנפערענץ אויף א שטח פון זעכציג אלפים סקווער פוס, אין הארץ פון ניו דזשערסי, איז דאס דער פלאץ צו זיין און צו בויען.

געגאנגען, דאנערשטאג וישלח הבעל"ט

אלזא, די צוגרייטונגען זענען שוין אין פולן שוואונג, מאטיווירט און געמוטיגט דורך די געוואלדיגע גריסן פון די פריערדיגע "או. דזשעי. בי. עי." ביזנעס צוזאמקונפטן.

אלע סוחרים אין די פראפערטי און קאנסטראקשן ביזנעס ווארטן מיט שפאנונג אויפ'ן גרויסן טאג, ווען די נייעסטע אינפארמאציע, פאטענטישע אויפטוען און לעצטיגע פראדוקטן וועלן פרעזענטירט ווערן פאר אלע באטייליגטע זייער קאארדינירט, געשמאק און פראפעסיאנאל.

די "עקזיביט" בודקעס ווערן רעזערווירט אויף א שנעלע טעמפא, וכל הקודם זכה.

מער פונקטליכע אינפארמאציע קען מען טרעפן אויף ojbanewyork.com

אויפ'ן טעלעפאן: 845-763-0003

אויף אימעיל: info@ojbanewyork.com

איר זענט "אין קאנסטראקשאן אדער פראפערטיס"? מיטוואך וישלח, מעדאולענדס .

בילד: קאנסטראקציע און מענעדזשמענט אינדוסטריע ערווארט מיט שפאנונג "אינטערסטעיט ביזנעס עקספאו" אין די מעדאולענדס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל