לאמיר יא רעדן דערפון!

"צו וואס דאגה'ן ווען עס העלפט סייווי נישט?..."

פאלגענד זענען עטליכע סימנים און שטריכן פון מענטשן מיט אנגעצויגנקייט-אישוס:
  • זייער פארנומען וויאזוי מ'קוקט אויף אים (Self-Conscious), און דארף כסדר קאמפלימענטן און חיזוק.
  • טראכט כסדר: "אבער וואס וועט זיין אויב..."
  • זארגט זיך כסדר איבער א דבר שלא בא לעולם, וואס פאסירט זייער זעלטן.
זארג-ביישפילן: וואס וועט זיין אויב... איך וועל אפגעזאגט ווערן פון מיין דזשאב; מיין פרוי\קינד וועט חלילה קראנק ווערן; מיין טאטע וועט חלילה האבן א קאר-עקסידענט; איך וועל ח"ו שטארק געשעדיגט ווערן; כ'וועל מאכן א שלעכטע ביזנעס-החלטה און פארלירן מיין גאנצע פארמעגן.

עס איז וויכטיג צו באמערקן: עס מוז נישט זיין קיין שום ספעציפישע סיבה פארוואס ענקזייעטי באטרעפט א מענטש. אפילו מען האט נישט קיין שום משפחה אדער טראומא היסטאריע, קען מען אנהייבן ח"ו ליידן פון ענקזייעטי אדער אפילו פאניק דיסארדערס.

מענטאל געזונטהייט, צום הערן



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל