ניו יארק סיטי – די "עם-טי-עי" האט נעכטן אריינגעשטעלט אין באנוץ אירע נייע "על" באנען, וועלכע פארמאגן זיצן וואס קענען ווערן צוזאמגעלייגט אין פאל עס פעלט זיך אויס מער פלאץ אויפן באן. עם-טי-עי טשעירמאן, דזשאו לאוטע, האט שוין אין יולי געמאלדן אז ער וויל אוועקנעמען די זיצן פון געוויסע באן ליניעס, זיך צו קענען אן עצה געבן מיט די איבערגעפילטע באנען און די כראנישע פארשפעטיגונגען, וואס קומען צוליב וואס עס זענען דא צופיל פאסאזשירן און דער סאבוועי סיסטעם איז איבער איר קאפאציטעט. די עם-טי-עי זאגט אז אירע ארבעטער וועלן יעדן אינדערפרי ארויפלייגן ספעציעלע שלעסער, וועלכע וועלן האלטן די זיצן פארמאכט אין לויף פון די פארנומענע "ראש אוער" שטונדן אינדערפרי און נאכמיטאג, וואס אזוי וועט זיין מער פלאץ, און אינמיטן טאג וועלן די זיצן זיין אויפגעשלאסן, וויבאלד דאן זענען די באנען ליידיגער. למעשה האבן פילע רייזנדע, פון מאנהעטן קיין ברוקלין, אויפמערקזאם געמאכט נעכטן אינדערפרי אז די זיצן אויף די באנען זענען געווען צוגעשפארט, טראץ וואס די וואגאנען זענען געווען ליידיג, און מען האט געהערט זיך באקלאגן אז מען קען נישט מאכן אזא סארט רעגולאציע אז אייביג אינדערפרי און אווענט זאלן די זיצן זיין פארשפארט, נאר מען דארף עס מאכן ספעציפיש לויט יעדע באן ליניע.

בילד: צוזאמלייג-בענק אויף ניו יארק סיטי באנען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל