וואשינגטאן – עס שטעלט זיך ארויס אז אמעריקע האט א נייע דיסקרימינאציע פראבלעם, ווייל א גרויסע פראצענט ווייסע אמעריקאנער זאגן אז זיי שטייען אויס דיסקרימינאציע. א פרישע אנקעטע וואס די "ען–פי–אר" מידיא פירמע האט דורכגעפירט אינאיינעם מיט פראפעסארן פון "הארווארד אוניווערסיטעט", צייגט אז 55 פראצענט ווייסע אמעריקאנער זאגן אז זיי ליידן פון דיסקרימינאטיווע אינצידענטן קעגן זיי, בלויז ווייל זיי זענען ווייס. דיסקרימינאציע קעגן ווייסע איז געווארן עפעס וואס מען הערט לעצטנס מער און מער, ווען ווייסע באקלאגן זיך אז מינאריטעטן און אנדערע טשעפען זיי מיט פארשידענע סלאגאנען און לאזונגען איבער זייער ראסע, מאכנדיג זיי שפירן "שולדיג" און "שלעכט" בלויז אויפן פאקט אז זיי זענען ווייס. פארט צייגט די אנקעטע אז 84 פראצענט אמעריקאנער בירגער האלטן אז ס'איז נאך פארהאן אקטיווער און שארפער ראסיזם און דיסקרימינאציע קעגן שווארצע און אנדערע עטנישע מינאריטעטן.

בילד: ווייסע אמעריקאנער שפירן דיסקרימינאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל