וואשינגטאן – עס איז דא אן ערנסטע מעגליכקייט אז אלע קלאגעס, און די גאנצע קעיס, קעגן דעם אמעריקאנער זעלנער באו בערגדאל, וועט ווערן ארויסגעווארפן, צוליב פרעזידענט טראמפ. בערגדאל שטייט אויס א פראצעס אויף קלאגעס אז ער האט דעזערטירט פון דעם אמעריקאנער מיליטער און געשטעלט די לעבנס פון זיינע קאמעראדן אין געפאר, ווען ער איז אנטלאפן פון זיין באזע אין אפגאניסטאן, און די טאליבאן האט אים פארכאפט, האלטנדיג אים פאר 5 יאר ביז אן ארעסטאנטן אויסטויש איז אויסגעהאמערט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא. ווי שוין באריכטעט פאריגע וואך, האט בערגדאל זיך דערקלערט שולדיג אויף די קלאגעס קעגן אים, און ער האט געזאלט נעכטן ווערן פאראורטיילט, אבער די אורטיילונג פראצעס איז אפגעשטופט געווארן, נאכדעם וואס בערגדאל'ס לאיערס האבן אויפגעברענגט דעם פאקט אז פרעזידענט טראמפ האט אין לויף פונעם קאמפיין באצייכנט בערגדאל אלס "פאררעטער" און "שלעכטער פערזאן", און מיט 2 וואכן צוריק האט טראמפ נאכאמאל קאמענטירט נעגאטיוו איבער בערגדאל, וואס זיינע לאיערס זאגן אז טראמפ האט דערמיט באאיינפלוסט דעם פראצעס און בערגדאל האט נישט באקומען קיין יושר'דיגן פראצעס.

בילד: מעגליכקייט אז בערגדאל וועט גיין פריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל