ווארשא – אידישע גרופעס אין פוילן האבן אויסגעדרוקט אויפברויז, נאכדעם וואס א קאנטראווערסיאלער היסטאריקער איז באעהרט געווארן מיט א ספעציעלן מעדאל פון דער פוילישער רעגירונג. די רעדע איז פון טאמעס פאנפיל (Tomasz Panfil), וועלכער האט עטליכע וואכן צוריק געשריבן אן ארטיקל איבער דער היסטאריע פון דער נאצישער אינוואזיע אויף פוילן ביים צווייטן וועלט קריג, און צווישן אנדערן האט ער ארויסגעברענגט, אז "נאכדעם ווי דייטשלאנד האט אינוואדירט פוילן, האט די סיטואציע פאר אידן אין פוילן בכלל נישט אויסגעזען אזוי שלעכט", וואס דערמיט האט ער איגנארירט דעם פאקט אז הונדערטער טויזנטער פוילישע אידן זענען דאן אומגעברענגט געווארן נאכ'ן אריינגעשטעלט ווערן אין געטאס און דערנאך אין קאנצענטראציע לאגערן. פאנפיל שרייבט אז די דייטשן האבן ערלויבט די גרינדונג פון דער "יודענראט", וואס האט געמאכט גרינג די סיטואציע פאר פוילישע אידן, ווען אין רעאליטעט איז די גאנצע גרינדונג פונעם "יודענראט" געווען אז זיי זאלן אויספירן די נאצישע פאליסיס. פאנפיל האט זיך דערווייל נישט אנטשולדיגט פאר זיין ארטיקל, און טראצדעם איז ער באעהרט געווארן מיט א ספעציעלן מעדאל דורכ'ן פוילישן ערציאונגס מיניסטער אננא זאלעווסקא.
הוסף רשומת תגובה