ניו יארק – מאנהעטן גייט אט אט צובאקומען פרישע ריזיגע אפיס ריעל עסטעיט, נאכדעם וואס די "ווי ווארק" אפיס-ספעיס פירמע האט אפגעקויפט די באקאנטע "לארד ענד טעילאר" געשעפט אויף דער פינפטער עוועניו. דער געשעפט איז סטאנציאנירט אין א געביידע וועלכע איז אלט נאענט צו הונדערט יאר, און דער געשעפט איז איינס פון די מערסט-באקאנטע קליידונג געשעפטן אין גאנץ מאנהעטן. עס באשטייט פון 676 טויזנט סקווער פיס, און אונטער'ן דיעל מיט "ווי ווארק", וועט בלויז א פערטל פארבלייבן פאר'ן געשעפט, און די איבריגע וועט גיין פאר דער אפיס-ספעיס פירמע, וואס זי וועט דארטן פארדינגען קליינע אפיסעס פאר אינדיווידועלן און ביזנעסער. לויט די באריכטן, האט "ווי ווארק" געצאלט 850 מיליאן דאלאר אפצוקויפן די געביידע, און ריעל עסטעיט אנאליסטן זאגן אז דאס איז טייל פון א נייער "טרענד", אז גרויסע ריטעיל געשעפטן געביידעס וועלן אריבערגיין פאר אנדערע ריעל עסטעיט באנוץ, צוליב וואס ריטעיל גייט אונטער אלס רעזולטאט פון אי-קאמערץ.

בילד: "ווי-ווארק" קויפט אפ "לארד ענד טעילאר"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל