סאן דיעגא – אט אט ווערט שוין אפגעצייכנט דער ערשטער יארטאג פון ווען עס האט פאסירט די היסטארישע און אומגלויבליכע זאך, אז דאנעלד טראמפ האט געווינען די פרעזידענט וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן. טראמפ שטיצער וועלן אוודאי אפצייכענען דעם מאמענט מיט גרויס פאמפע און פרייד, אבער ביי די ליבעראלן אין לאנד, וועט דאס זיין בלויז א דערמאנונג פונעם טיפן שאק און טרויער וואס האט זיי באנומען ווען די רעזולטאטן זענען אריינגעקומען און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז טראמפ האט געוואונען. אפצוצייכענען דעם "טרויעריגן" יארטאג, האבן ליבעראלע אקטיוויסטן אנגעהויבן ארגאניזירן א "געשריי צום הימל"... דאס איז נישט קיין וויץ, נאר טויזנטער האבן זיך שוין איינגעשריבן אנטיילצונעמען ביי דער ספעציעלער אפצייכענונג, וואס וועט אפגעהאלטן ווערן אין דאלאס, שיקאגא, אוסטין, ניו יארק סיטי, פילאדעלפיע און באסטאן, וואו די מאסן וועלן אינאיינעם ארויפקוקן צום הימל און שרייען מיט'ן גאנצן כח א ווילדן הילכיגן געשריי...

בילד: די געפלאנטע ליבעראלע "געשריי צום הימל"...
.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל