וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף זיבן צפון קארעא אינדיווידועלן און דריי צפון קארעא רעגירונג אפטיילונגען, איבער דעם וואס זיי שפילן א ראלע אין ערנסטע מענטשן-רעכט פארלעצונגען, אריינגערעכנט עקזיסטירנדע צוואנגס-ארבעט לאגערן אין צפון קארעא. אמעריקע באשולדיגט שוין א לאנגע צייט אז צפון קארעא פארמאגט גרויסע לאגערן וואו זיי שטעלן אריין אזעלכע וואס זענען נישט לאיאל און געטריי צו דעם רעזשים פון דער קים פאמיליע, און אין די לעצטערע יארן זענען אפירגעקומען סאטעליט בילדער וואס צייגן די לאגערן, און אויך האט מען געהערט פון עטליכע אנטלאפענע צפון קארעא בירגער פונקטליכע שילדערונגען וואס עס טוט זיך אפ אין די לאגערן. די נייע סאנקציעס זענען געמאלדן געווארן דורכ'ן פעדעראלן טרעזשורי סעקרעטערי סטיוו מענוטשין, וועלכער האט ארויסגעברענגט אז די סאנקציעס צילן ספעציפיש די אינדיווידועלן און רעגירונג באאמטע וועלכע פירן אן מיט די סארט צוואנגס-ארבעט פראגראמען און אויך מיט די פייניגונגען אויף אזעלכע וואס לאזן זיך הערן אז זיי ווילן אנטלויפן פון צפון קארעא און זוכן פאליטישע שוץ אין א צווייטע לאנד.

בילד: סאנקציעס איבער צפון קארעא צוואנגס-ארבעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל