אינדאנעזיע – א מאסיווער אויפרייס האט פאסירט אין א פייערווערק פאבריק נעבן דער אינדאנעזיער הויפטשטאט דזשאקארטא, פון וועלכע אמווייניגסטנס 47 זענען אומגעקומען. ווי די לאקאלע פייערלעשער און אנדערע באאמטע זאגן, האבן ארום הונדערט מענטשן געארבעט אינעם פאבריק בשעת דער אויפרייס האט פאסירט, און היות ס'האט נאכגעפאלגט מיט העלישע פלאמען, וועלכע האבן זיך בליץ שנעל פארשפרייט, האבן די ארבעטער נישט געקענט זיך גענוג שנעל ארויסראטעווען, וויבאלד די הויפט טירן ארויס פון דער געביידע זענען געווען פארשפארט. די דזשאקארטא פאליציי זאגן אז דער צאל אומגעקומענע קען שטייגן אין די קומענדיגע טעג, וויבאלד פילע פון די פארוואונדעטע האבן געליטן גאר ערנסטע ברען וואונדן און זענען אין א קריטישן צושטאנד, און אין דער זעלבער צייט האבן די פאליציי אונטערגענומען אן אויספארשונג צו דערגיין פארוואס די ארויסגאנג-טירן פון דער געביידע זענען געווען פארשפארט, ווייל ס'איז מעגליך אז די ארבעטס-געבער האבן עס דירעקט געטאן, צו פארמיידן ארבעטער פון נעמען פאזעס אינמיטן ארבעט.

בילד: 47 טויט אין אינדאנעזיע פאבריק פייער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל