אינדיע – אויטאריטעטן אין אינדיע האבן געמאלדן אז עס איז זיי געלונגען אפצושטעלן א פלאן פון עטליכע אייסיס טעראריסטן צו אטאקירן א שוהל. די אטאקע פלאן איז געוועבט געווארן דורך צוויי איינוואוינער אינעם אינדיער שטאט גוזשאראט, און זייער פלאן איז געווען אונטערצושטעלן באמבעס אדער דורכפירן א מאסן שיסעריי אויפן מגן אברהם שוהל. די פאליציי זאגן אז די צוויי זענען שוין נאכגעקוקט געווארן א לענגערע צייט פאר פארשידענע פארדעכטיגטע אקטיוויטעטן, און מיט א חודש צוריק האט מען אויפגעכאפט אז זיי שפיאנירן אויפן מגן אברהם שוהל, כאפנדיג בילדער פון די מתפללים און פון אלע עקן פון דער געביידע. ווען די צוויי זענען ארעסטירט געווארן אין זייערע וואוינערטער, האבן די פאליציי זיי פונקט געכאפט אינמיטן די סאמע פלאנירונגען פאר דער שוהל אטאקע, און די אויספארשער זאגן אז זייער פלאן איז געווען, אז גלייך נאך דער אטאקע וועלן זיי אנטלויפן פון אינדיע קיין דזשאמעיקא, און פון דארטן קיין סיריע, זיך אנצושליסן אין אייסיס אויפ'ן שלאכטפעלד.
הוסף רשומת תגובה