בוענאס איירעס – צוויי געוועזענע ארגענטינער פרעזידענטן זענען נעכטן ערשינען אין באזונדערע געריכט הייזער, אויסגעפארשט צו ווערן איבער דער באמבארדירונג אויפן אמיא צענטער פון יאר 994' מיט 85 פאטאליטעטן. פרעזידענט קארלאס מאנאם איז געווען דער פרעזידענט בשעת דער באמבארדירונג האט פאסירט, און ער איז צווישן א גרופע געוועזענע הויכראנגיקע רעגירונג באאמטע וועלכע ווערן באשולדיגט אין נעמען שוחד פון פארשידענע טונקעלע פיגורן, אין אויסטויש פאר'ן נאכלאזן מיט דער אויספארשונג אין די מאנאטן נאך דער באמבארדירונג. דער צווייטער פרעזידענט וואס איז נעכטן געקומען אין געריכט צוליב'ן אמיא באמבארדירונג, איז קריסטינא קירשנער, וואס בשעת זי האט געדינט אלס פרעזידענט, ביז מיט 2 יאר צוריק, האט די ארגענטינער רעגירונג געשלאסן אן אפמאך מיט איראן אויסצופארשן די אמיא באמבארדירונג, וואס מען גלייבט אז דער ציל פונעם אפמאך איז געווען ווייל איראן זאל קענען פארדעקן איר ראלע אין פינאנצירן די אטאקע.

בילד: פרעזידענטן געפארשט איבער אמיא אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל