וואשינגטאן – א באקאנטער פיגור וועלכער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר טראמפ אין לויף פונעם קאמפיין, איז מעגליך אויף לעגאלע צרות, נאכדעם וואס ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז בשעת ער האט געדינט אלס טראמפ קאמפיין באאמטער, האט ער אויך געטאן לאביאינג ביזנעס מיט אנדערע לענדער. די רעדע איז פונעם געוועזענער סי-איי-עי דירעקטאר דזשעימס וואוסלי, וואס "רויטערס" האט נעכטן אויפגעדעקט אז בלויז אכט טעג נאכדעם וואס ער האט זיך אנגעשלאסן אינעם טראמפ קאמפיין ארויסצוהעלפן מיט נאציאנאלע זיכערהייט אישוס, האט ער זיך געטראפן, אום סעפטעמבער 20 יאר 16', מיט צוויי טערקישע ביזנעסלייט, גאר נאענטע פריינט פונעם טערקישן פרעזידענט ראסיפ ערדואן, און ער האט זיי פארגעשלאגן א פלאן צו טשעפען און פארניכטן די רעפוטאציע פונעם טערקישן קלעריק פאטולא גולאן וועלכער האלט זיך אויף אין אמעריקע. גולאן איז א בלוט-שונא פונעם טערקישן פרעזידענט, און וואוסלי האט געזאגט פאר די 2 טערקישע ביזנעסלייט אז פאר א צען מיליאן דאלער קאנטראקט, קען ער לייגן גולאן אין דער ערד. יעצט איז די קאנטראווערסיע צי וואוסלי האט אומעטיש גענוצט זיין פאזיציע אינעם טראמפ קאמפיין, צו באאיינפלוסן טראמפ אויף פרא-ערדואן פאליסיס.

בילד: קאפ-וויי פאר נאך א טראמפ קאמפיין באאמטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל