וואשינגטאן – קאנגרעס האט נעכטן באשטעטיגט א 4 טריליאן דאלערדיגן פעדעראלן בודזשעט וואס דער סענאט האט שוין באשטעטיגט מיט א וואך צוריק, און דאס איז טייטש אז מ'קען אפיציעל אנהייבן ארבעטן אויף א שטייער רעפארם ביל, וואס וועט קענען דורכמאכן דעם סענאט אפילו מיט בלויז א "פשוט'ע מאיאריטעט" פון 51 שטימען, וואס באדייט אז די רעפובליקאנער וועלן נישט דארפן צוקומען צו קיין איין דעמאקראטישע שטימע צו באשטעטיגן שטייער רעפארם, וויבאלד אינאיינעם מיט דעם בודזשעט ביל, איז באשטעטיגט געווארן דער באנוץ פון "רעקאנסיליעשאן", וואס גיט די ערלויבעניש צו באשטעטיגן א שטייער ביל מיט א "פשוט'ן מאיאריטעט". דער בודזשעט ביל איז באשטעטיגט געווארן מיט א שמאלער אויבערהאנט פון 216 שטימען דערפאר און 212 דערקעגן, וויבאלד 20 גאר-קאנסערוואטיווע רעפובליקאנער האבן זיך צוגעשטעלט צו די דעמאקראטן וואס האבן געשטימט דערקעגן, זאגנדיג אז זיי זענען באזארגט אז דער 4 טריליאן דאלער בודזשעט וועט אויפשוועלן דעם פעדעראלן דעפיציט.

בילד: טראמפ שטייער רעפארם נענטער צו רעאליטעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל