וואשינגטאן – נעכטן נאכט האבן די באאמטע אינערהאלב די "נאציאנאלע ארכיוון" אין וואשינגטאן פובליצירט אויפ'ן אינטערנעט נאענט צו דריי טויזנט פיילס, וועלכע זענען ביז יעצט געהאלטן געווארן אין געהיים, וואס די דאקומענטן זענען אין פארבינדונג מיט'ן אטענטאט וואס האט פאסירט אויפ'ן אמעריקאנער פרעזידענט דזשאן עף קענעדי. די פיילס זענען ביז יעצט געהאלטן געווארן אין גרויס געהיים, און פרעזידענט טראמפ האט פארשפראכן אז ווען ס'וועט קומען דער דעדליין ווען די דאקומענטן דארפן ארויסגעגעבן ווערן פאר'ן פובליק, וועט ער דאס נישט אפשטופן און נישט בלאקירן. למעשה אבער האבן באאמטע אינערהאלב די עף-בי-איי און סי-איי-עי זיך געבעטן צום פרעזידענט, אז ער זאל נאך לאזן געוויסע פיילס אין געהיים, צוליב וואס עס אנטהאלט גאר האקעלע דעטאלן, און טראמפ האט נאכגעגעבן פאר די אגענטורן, זאגנדיג אז זיי קענען האבן זעקס חדשים איבערצוקוקן די פארבליבענע פיילס. אלנפאלס, ווארט מען צו הערן אין די קומענדיגע טעג די פארשידענע אינטערעסאנטע אויפדעקונגען פון די ארויסגעגעבענע פיילס.
הוסף רשומת תגובה