קענסאס – די עטיקס קאמיסיע פון דער קענסאס סטעיט רעגירונג האט נעכטן ארויסגעגעבן אן אינטערעסאנטן באשלוס, אין וועלכע זיי זאגן אז די אינטערנעט וואלוטע וואס איז באקאנט אלס "ביטקוינס" קען נישט ווערן אקצעפטירט פאר קאמפיין ביישטייערונגען. ביטקוינס איז צום ערשט אויפגעקומען אין יאר 09', און צוביסלעך ווערט עס מער און מער אקצעפטירט ביי די מאסן, ווען מען קען שוין היינט קויפן מיט ביטקוינס אויף גאר אסאך גרויסע קאנסומער וועבסייטס, אינוועסטמענטס און אנדערע זאכן. דער עטיקס פאנעל אין קענסאס זאגט אז זי האט באקומען אן אנפראגע פון א לאקאלן סטעיט פאליטישאן, וועלכער האט געזאגט אז איינער פון זיינע שטיצער וויל געבן א פאליטישע ביישטייערונג פאר זיין קאמפיין קאסע, דורך ביטקוינס, און ער האט געוואלט וויסן צי ער קען עס אקצעפטירן. האט די קאמיסיע זיך אריינגעלייגט אויסצופארשן די זאך, און האט געפאסט א באשלוס אז וויבאלד ביטקוינס איז אינטערנעט געלט, און ס'איז זייער אנאנים, טוט עס דעריבער פארלעצן עלעקשאן געזעצן, וועלכע פארלאנגען אז אלע אידענטיטעטן און אינפארמאציע אונטער קאמפיין ביישטייערונגען זאלן זיין אפן פאר'ן פובליק.

בילד: פאליטישע ביישטייערונגען מיט ביטקוינס?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל