נעוואדא – לאס וועגאס פאליציי קוועלער זאגן אז דער שיסער סטיווען פעדאק, וואס האט דורכגעפירט די ברוטאלע שיסעריי מיט 58 אומגעקומענע, האט מעגליך ארויסגענומען און באהאלטן א הארד-דרייוו פון זיין קאמפיוטער, וואס האט פארמאגט אינפארמאציע וואס וואלט געקענט העלפן די אויספארשער. לויט די פאליציי קוועלער, האט פעדאק ארויסגענומען דעם הארד-דרייוו פון זיין קאמפיוטער, געציילטע מינוט איידער ער איז באגאנגען זעלבסטמארד נאכ'ן דורכפירן די מאסן שיסעריי. אויך האבן די אויספארשער געטראפן אין זיינע שאפינג רעקארדס אז ער האט געקויפט סאפטוועיר צו פארמעקן אינפארמאציע פון א קאמפיוטער הארד-דרייוו, אבער דערווייל קענען די אויטאריטעטן בכלל נישט טרעפן דעם הארד-דרייוו, צו זען צי פעדאק האט טאקע עפעס אויסגעמעקט דארטן, און צי עס זענען דארטן געווען פיילס און אנדערע באווייזן וואס וועלן קענען העלפן אויספארשער צו דערגיין די מאטיוון אונטער דער ברוטאלער שיסעריי.

בילד: מ'זוכט הארד-דרייוו פון לאס וועגאס שיסער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל