גאושען – מיטוואך פארנאכטס האט מען געהערט אז עס איז אפיציעל באשטעטיגט געווארן, אז א "לעגאו-לענד" פארק וועט זיך עפענען נישט ווייט פון ניו יארק סיטי. די נייע לעגאו-לענד פארק וועט געבויט ווערן אין גאושען, אין אפסטעיט ניו יארק, נאכדעם וואס לאקאלע רעגירונג באורדס האבן געשטימט צו באשטעטיגן דעם פראיעקט. די פלענער צו בויען דעם פארק זענען צום ערשט אויפגעקומען מיט בערך צוויי יאר צוריק, און א מאסיווער שטורעם איז אנטשטאנען, ווען די לאקאלע מוניציפאליטעטן אין גאושען און ארום, האבן פרובירט צו באקעמפן די פלענער דורך געריכטליכע קלאגעס, אנצייגנדיג אז ס'וועט שעדיגן פאר דער ענווייראמענט און פאר לאקאלע ביזנעסער. למעשה האבן די פירער פון די "לעגאו-לענד" פארקס נעץ געקעמפט גאר העפטיג און באוויזן צו באקומען אלע נויטיגע באשטעטיגונגען. ווי מען הערט, וועט אפקאסטן 500 מיליאן דאלאר צו בויען די פארק, און עס איז דערווארט אז דאס בויען די פארק וועט דויערן צוויי יאר און ס'וועט זיין גרייט פאר'ן פובליק אנהייב יאר 2020.

בילד: ניו יארק וועט באקומע  א "לעגאו-לענד" פארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל