סאן דיעגא – א "רויטערס" באריכט האט נעכטן געצייגט אז עמעזאן ריקט זיך נענטער צו דעם רעאליטעט פון ווערן א גרויסע אנליין פארמאסי. נאכ’ן אריינגיין אין די גראסערי ביזנעס, האט עמעזאן אנגעשטעלט אירע אויגן אויף די פארמאסי און דראג ביזנעס, וואס דאס מיינט צו זאגן אז עס גייט קומען א צייט ווען מענטשן גייען קענען באשטעלן זייערע פרעסקריפשאן מעדיצינען צוזאמען מיט אנדערע שטוב-זאכן און גראסעריס פון עמעזאן. א ווארטזאגער פאר עמעזאן האט געזאגט אז זיי וועלן באשליסן נאך איידער ענדע יאר 17', צי זיי וועלן זיך טאקע אריינלאזן אין די פארמאסי ביזנעס, וואס אויב יא, וועט דאס מעגליך לייגן אין דער ערד אזעלכע גרויסע פארמאסי נעצן ווי "סי-ווי-עס", "רייט עיד" און "וואלגרינס". דער נעכטיגער באריכט האט געלויטעט אז עמעזאן האט שוין באקומען די נויטיגע לייסענסעס און באשטעטיגונגען פון די געזונטהייט דעפארטמענטס אין פילע סטעיטס, אז זיי זאלן מעגן דארטן פארקויפן פרעסקריפשאן מעדיצינען.

בילד: עמעזאן נאענט אויסצופירן פארמאסי פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל