סאודי אראביע – א סענזאציע איז אנטשטאנען אין סאודי אראביע, נאכדעם וואס די ארטיגע רעגירונג האט געגעבן פולקאמע "בירגערשאפט" פאר א ראבאט!

דער ראבאט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך דער "האנסאן ראבאטיקס" פירמע אין האנג קאנג, און איז אפגעליפערט געווארן קיין סאודי אראביע מיט עטליכע וואכן צוריק, וואס די סאודי אראביע רעגירונג זאגט אז זי וויל אז דער ראבאט זאל דינען אלס ביישפיל פאר דעם סאודיער פאלק איבער דעם פאטענציעל פון ראבאטן אין ביזנעס און אין פערזענליכן לעבן. דער ראבאט האט באקומען א ספעציעלע עהרנפולע צערעמאניע ביים באקומען בירגערשאפט, און מענטשן האבן זיך ארומגעשפילט דערמיט, אויספרעגנדיג פונעם ראבאט פארשידענע פראגעס, א שטייגער ווי: "צי זענען ראבאטן געפיליש און זיי פארשטייען געפילן פון אנדערע", אויף וועלכע דער ראבאט האט געענטפערט: "פון וואנעט ווייסטו בכלל אז מענטשן זענען יא געפיליש און פארשטייען צו אנדערע?". דער ראבאט האט אבער אויך געברענגט גרויס אויפברויז ביי די עקסטרעמע מוסולמענער, וועלכע האבן געברויזט אויפ'ן פאקט אז... דער ראבאט גייט נישט אנגעטון מיט טראדיציאנעלע אראבישע מוסולמענער קליידונג...

בילד: ווען דער ראבאט ווערט א בירגער

זעה אויך: ראבאט פאליציי אפיצירן אין דובאי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל