נאך לאנגע וואכן וואס די וועלט האט איינגעהאלטן דעם אטעם נאכפאלגנדיג איינע פון די מערסט דראמאטישע אנטוויקלונגען אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע אין די לעצטע יארן, ווען א רייכע ראיאן אין שפאניע האט באשלאסן אז זיי ווילן זיך אפטיילן  פון די שפאנישע פעדעראציע און דערקלערן זעלבשטענדיגקייט. די קאטאלאניער ראיאן מיט איר הויפטשטאט בארצעלאנע האט א שטארקע עקאנאמיע און שפירט אז זי ווערט באקריוודעט און אויסגענוצט דורך שפאניע און דעריבער האט זי דורכגעפירט א רעפערענדום אין וועלכע א מערהייט פון אירע איינוואוינער האבן אויסגעוועלט זיך צו אפרייסן פון שפאניע.

ביי די וואלן האבן זיך באטייליגט 43% איינוואוינער אין קאטלאניע, און פון זיי האבן 90% געשטימט אויף זעלבסשטענדיגקייט, דאס האט געברענגט א גאר שארפע רעאקציע פון שפאניע וועלכע האט דערקלערט די אפשטימונג אומלעגאל, און סטראשעט מיט מיליטערישע אינטערווענציע אויב זיי גייען ווייטער דערמיט, און דורכאויס די לעצטע וואכן זענען פארגעקומען אינטענסיווע באמיאונגען צו טרעפן א מיטל וועג אדער א קאמפראמיס וועלכע זאל ערלויבן ביידע זייטן צו קומען צו א פארשטענדעניש.

אבער היינט אינדערפרי איז געקומען א דראמאטישע ווענדפונקט ווען קאטאלאניע האט אפיציעל דעקלערט זעלבסשטענדיגקייט, נאכדעם וואס די פארליאמענט האט דורכגעפירט א אפשטימונג אין וועלכע א מערהייט מיטגלידער האבן געשטימט פאר א זאפארטיגע זעלבסשטענדיגקייט דעקלעראציע, די אפשטימונג איז באיאקאטירט געווארן דורך די אפאזיציע פארטייען, און פון די וועלכע האבן געשטימט איז עס אריבער מיט א מערהייט פון 70 קעגן 10.

עס בלייבט איבער יעצט צו זען אויב די שפאנישע פארליאמענט וואס איז היינט אין סעסיע וועט שטימען אויף ארטיקל 155 וואס געט פאר די רעגירונג די מאכט צו גענצליך אויפלעזן די אויטאמאניע פון די קאטאלניער און איבערנעמען דירעקטע קאנטראל פון דעם ראיאן, א זאך וואס קען פירן צו א בירגער קריג.

בילד: דראמא אין שפאניע: קאטאלניע דערקלערט זעלבסשטענדיגקייט 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל