פארשטייער פון די איראקער קרעפטן און פון די פאשמארגא קורדישע קרעפטן זענען געקומען צו אן אפמאך היינט פרייטאג צו אפשטעלן די קעגנזייטיגע אטאקעס אין די קורדישע ראיאנען אין אויסטויש פאר אן אפשטעל פון די זעלבסשטענדיגקייט פראצעדור וואס די קורדן האבן אונטערגענומען, דאס באדייט אז קירקוק וועט דערווייל בלייבן אונטער איראקער קאנטראל, און די ארומיגע שטעט וועלן בלייבן אונטער קורדישע אויטאנאמיע. אבער זיי וועלן נישט זוכן קיין פולשטענדיגע אויטאנאמיע, עס איז דערווייל אומקלאר אויב די עמבארגא און בלאקאדע ארויפגעלייגט אויף די קורדן דורך איראק און די ארומיגע לענדער וועט אויך ווערן אראפגענומען.

בילד: פייער אפשטעל צווישן די קורדן און איראקער אריין אין קראפט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל