א לענגערע פאליטישע שטורעם אין אוסטראליע איז היינט געקומען צו אן ענדע ווען די העכסטע געריכט האט געאורטיילט אז 4 פאליטיקאנטן, אריינגערעכנט דער דעפיוטי פרעמיער מיניסטער, דארפן זיך אפזאגן פון זייער אמט צוליב דעם וואס זיי האבן לעגאל זיך נישט געקענט שטעלן צו די וואלן, וויבאלד די אויסטראליער געזעץ טוט פארביטן בירגער וועלכע האבן דאפלטע בירגערשאפט צו ווערן ערוועלט פאר א פאליטישע פאזיציע.

די אויפדעקונג האט געברענגט דערצו אז די רעגירונג קאאליציע זאל זיין אין געפאר וויבאלד די רעגירונג האט בלויז א איין זיץ אויבערהאנט אויף די אפאזיציע, און אצינד ווען דער דעפיוטי פרעמיער בארנאבי דשויס (Barnaby Joyce) איז ארויס פון זיין פאזיציע האט די רעגירונג מער נישט די מערהייט. אבער דשויס האט שוין זינט דאן אפגעזאגט זיין ניו זילאנדישע בירגערשאפט און ער וועט זיך שטעלן פאר א שנעלע ווידערערוויילונג און ווי עס שיינט וועט ער נאכאמאל געווינען.

בילד: דער אויסטראליער דעפיוטי פרעמיער בארנאבי דשויס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל