דער בריטישער אויסערן מיניסטער באריס דשאנסאן האט היינט גענוצט גאר שארפע טערמינען אין פארדאמען מאסקווע און די פוטין רעזשים איבער דעם וואס זיי שטערן די אנגייענדע פעלקער פאראיין אויספארשונג וועלכע קוקט אריין אין די כעמישע אטאקעס וועלכע זענען פארגעקומען אין סיריע קעגן ציווילע בירגער, אין וועלכע עס איז גענוצט געווארן סארין גאז אין שטעט וועלכע זענען אונטער די קאנטראל פון די רעבעלן.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס א פארש קאמיסיע פון די פעלקער פאראיין איז געקומען צו איר שלוס מיט די באשולדיגונג אז די אטאקע איז געווען דירעקט פאראדנט דורך די אסאד רעזשים, אבער די רוסישע רעגירונג האלט זיך ביי זייער פאזיציע אז די רעבעלן זענען פאראנטווארטליך פאר די אטאקעס. דשאנסאן זאגט אז רוסלאנד מוז אויפהערן באהאלטן און פארווישן די מענטשן רעכט פארברעכנס וואס אסאד פירט דורך, און אז רוסלאנד טראגט די שולד פאר די אסאד רציחות.

בילד: דער בריטישער אויסערן מיניסטער באריס דשאנסאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל